top of page
מרוגש'דיגע שבע ברכות לרגל שמחת בית סאטמאר אפגעראכטן בבית הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מיוחד פאר יתומים
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אוונט איז פארגעקומען א פריוואטע שבע ברכות לרגל די שמחה במעון הקודש פון כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א פאר אלע יתומים, יונגלעך און בחורים פון די קהלה ומוסדות הק׳ סאטמאר איבער גרעיטאר ניו יארק, וועלכע האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער מאמע ל''ע. די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אויף א פראכטפולער פארנעם אין שטוב פון הטספר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו דער בריח התיכון פונעם "יעודד" ארגאניזאציע וועלכער טוט זיך אפגעבן מיט ד


הערליכער מעמד חנוכת הבית פארן ביהמ"ד החדש והמפואר טשענסקאוויץ אין מאנטעבעלאו - מאנסי
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א שיינעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד החדש פאקשעוויץ אין די מאניבעלאו געגענט אין מאנסי, בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל הלברשטאם שליט"א אבד"ק טשענסקאוויץ. די מעמד איז פארגעקומען ברון שיר ושבח אינעם היכל הביהמ"ד וועלכער איז נארוואס פארענדיגט געווארן כלול בהדרו. בראש המסובים די רבני ואדמור"י העיר מאנסי, האט באשיינט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א א מחותן מיטן טשענסקאוויצער רב שליט"א, די רבי האט אפגעראכטן א


גדולי המורים מסובין בה: פראדוקטיווע אסיפה פאר דיינים מומחים פון אלע שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN ווי ברייט באריכטעט איז פארלאפענעם ליל שישי אפגעראכטן געווארן א גרויסן מעמד שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא ספעציעל געווידמעט פאר אלע דיינים יושבים על מדין אין די שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו. בעפאר די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א גאר פראדוקטיווע אסיפה אין די געלבמאן זאל אין סקווערער שטעטל, ו


אנשי 'חסד' נאספו: נפטר געווארן הרה"ח בנש"ק ר' חנני' סיני דוד (חסד) הלברשטאם ז"ל; משב"ק הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די רייען פון חסידי חב"ד אלוועלטליך ווערט מיט צער און טרויער אויפגענומען די בשורה מרה איבער די פריצייטיגע פטירה פונעם לאנגיעריגן און בארימטן משב"ק פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל, הרה"ח בנש"ק מגזע אראלים ותרשישים רבי חנני' סיני דוד הלברשטאם ז"ל, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט די לעצטערע תקופה. ר' חנני' סיני דוד, באקאנט ביי חסידי חב"ד אלס "ר' חסד הלברשטאם", איז נפטר געווארן בהאי יומא


רבבות חסידים מיטגעלעבט היסטארישע חתונה פון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק ב'
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי ג"ב, י. שטיין בשעת די ריקודין ביים חתונה הגדולה איז די רבי שליט"א ארויס אויף א הפסקה, כנהוג, און צוריק ערשינען נאכ'ן טאנצן, ווען די מוזיק איז פארלאשן געווארן אום 11:00 שארף, ווי שוין אלע יארן איינגעפירט ביי די שמחות פון רבי'נס אייניקלעך. די עסקנים האבן געשיקט צוגעגרייט דעם זאל צום הויכפונקט פון די שמחה, דער מעמד המצוה טאנץ, וואס איז געווען א הייליגע אומפארגעסליכע איבערלעבעניש ביי די אלפי המשתתפים. מיט די שבע


ובכן צדיקים יראו וישמחו: מאסן חסידים מיטהאלטן שמחת החתונה אין טאהשער הויף
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט חדוה דקדושה איז דעם פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן אין קרית טאהש קאנאדע די פרייליכע שמחת החתונה בחצר הקודש טאהש, ווען הרה"צ רבי אברהם יהודה לאווי שליט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה, מיט די חתן א זון פון הרב יהושע ישכר בעריש לאנדא שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק עדעלין קערעסטיר שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא קאראקאס שליט"א, וואו חסידי טאהש האבן זיך מיטגעפרייט ביי די גרו


רבבות חסידים מיטגעלעבט היסטארישע חתונה פון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק א'
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי ג"ב, י. שטיין אן אומבאשרייבליכע שמחה דקדושה וחדוה עילאה האט ארומגעהילט רבבות חסידי סאטמאר וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן די היסטארישע הייליגע שעה'ן פון המשכת שלשלת הזהב, ודור רביעי ישובו הנה, ווען דער מנהיג העדה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דערלעבט די לעכטיגע מאמענט פון די חתונה ביי א דור רביעי, וחסידים ברנה יגילו מיטלעבנדיג די שמחה מיט א זעלטענע געהויבנקייט און טאפנדע התרגשות וואס האט זיך געשפירט


האד' מלעלוב ניקלשבורג וויילט שבת בביתו נאוה קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א אפגעפלויגן קיין אונגארן וואו דער רבי האלט זיך אויף אין שטאט קערעסטיר אויף מנוחת הנפש סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם צדיק מפורסם הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אלע תפילות און טישן בביתו נאווה קודש אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר, מיט א באזונדערע רגש קודש האט דער רבי מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס אינעם נאסטאלגישן מלוה מלכה שטוב. זונ


כמידי שנה בשנה: ביקור קודש דורך האד' מסאדיגורא בקרב חסידיו אין שטאט לעיקוואד
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרוממות הנפש האבן חסידי סאדיגורא און פילע תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורער הויף געהאט די זכיה מיטצולעבן א שבת שכולו רוחני בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין אמעריקא און האט כמידי שנה בשנה געפראוועט א געהויבענעם שבת אין שטאט, אין די סאדיגורער קלויז עטרת ישראל. דורכאויס די ערשטע צוויי טעג פונעם רבינס באזוך אין אמעריקא איז די רבי גע


מעמד הודאה לקראת כ"א כסלו אין ק"ק סאטמאר מאנסי געפייערט אינאיינעם מיט יערליכע דינער לטובת המוסדות
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפאנעם מוצאי שבת וישלח, איז אין קהילה קדושה סאטמאר מאנסי אפגעראכטן געווארן דער יערליכע סעודת הודאה און כינוס רבתי לקראת כ"א כסלו, וועלכע איז געפייערט געווארן בקול רנה והמון חוגג אין די עטרת חי' שרה זאלן אינעם בנין הת"ת סאטמאר מאנסי, אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, ובהשתתפות פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה ובראשם מערערע אדמור"י ורבני העיר שליט"א. דער מעמד הודאה לרגל די איין און אכציגסטע יום הצלה והשחרור פון הרה"


לאורו נסע: הגה"צ ר' יצחק מאיר מארגענשטערן מתורת חכם וועט אפרעכטן "שבת חנוכה" ביים גרויסן קיבוץ אין אומאן
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז געמאלדן געווארן מבית הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן האדמו"ר מתורת חכם איבער די נסיעה קומענדיגן וואך בעצם יומי דחנוכה, אפצורעכטן דעם געהויבענעם "שבת חנוכה" אין שטאט אומאן אוקריינא, ביים ציון הק' פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע. ווי באקאנט איז הגה"צ רבי איטשע מאיר שליט"א זיך נישט נוהג צו פארן קיין אומאן ביים צענטראלן קיבוץ פון חסידי ברסלב, נאר פארט אנשטאט ביים קיבוץ שבת חנוכה, וואס איז אויך איינע פון די זמנים


תלמידי וחסידי וויען האלטן מיט געהויבענעם חתונה פון נכד האד' מוויען אין שטאט בארא פארק
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידי וחסידי וויען האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן די שמחת נישואין פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יואל ווייסמאנדל שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' פנחס אלי' קופפערמאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' חיים אויש שליט"א אבד"ק וואולקאן, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא, במעמ


נעילת השמחה אין חצה"ק סקווירא געפייערט ביי לעצטע שבע ברכות אינאיינעם מיט מעמד הסיומים
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN נאך די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש סקווירא האט נאכגעפאלגט א פרייליכע וואך פון שמחות שבע ברכות מדי לילה בלילה. צום הויכפונקט איז פארגעקומען די צענטראלע שבע ברכות און נעילת ימי השמחה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא במקהלות אלפי החסידים. די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינאיינעם מיט די סיומי מסכתות במסגרת עמוד יומי און דער סיום הלכות שבת במסגרת שונה הלכות. דער מחותן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א האט געמאכט


גייסטרייכע שבת אין קאנעטיקוט פאר תומכים פון "מרכז מוסדות בעלזא" בראשות הרב שלום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א גייסטרייכע שבת התעלות "שבת מלכות" איז אפגעראכטן געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת תולדות ספעציעל געווידמעט פאר די נדיבים בעם חסידי בעלזא בארצות הברית וועלכע האבן ביישטייערט באדייטענדע סומעס לטובת "מרכז מוסדות בעלזא", דער שבת איז באשיינט געווארן דורכן אורח הדגול הרב ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן לעשות את השבת בשליחות הקודש פונעם בעלזא רב שליט"א. הרב ר' שלום שליט"א האט געלאדנד


שמחת שבע ברכות אין בארא פארק דורך גה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן לרגל חתונה פון אייניקל
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפאנעם וואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען ובעל ויען דוד, לרגל די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער פון חתנו חביבו הגה"צ רבי יהושע חיים אריה שפיטץ שליט"א ראש ישיבת עץ חיים ווילרייק מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, ביי די שמחה האבן מפאר כבוד געווען מערערע אדמור"ים ורבנים, צווישן זיי כ"ק א


עצרת מחאה אדירה קעגן גזירת הגיוס געפלאנט פארנט פון ציוניסטישע קאנסולאט אין שטאט לאנדאן
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין עיר הבירה לאנדאן זענען טויזנטער חרדי'שע אידן ערווארטעט זיך צו פארזאמלען קומענדיגן דאנערשטאג נאכמיטאג פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, אויסצושרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן דער שרעקליכער גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס פלאגט אחינו בני ישראל היושבים בארצינו הקדושה. אין בעפארברייטונג צום עצרת איז אפגעהאלטן געווארן א געמיינזאמע אסיפה דורך די עסקנים פון מערערע קהילות אין שטאט, מסדר צו זיין אלע דעטאלן און איינצלהייטן


פרייליכע חתונה במעונו פון האד' מהארדענקא פארגעקומען אין שטאט בני ברק; פילע אדמור"ים ורבנים באטייליגט
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן פילצאליגע ידידים ומעריצים האבן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג מיטגעהאלטן די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הגה"צ ר' ישראל אהרן הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבאסטאן מאנטשעסטער, מיט די חתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא אשדוד שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וצהלה אין די זאלן פון כתר הרימון אין בני ברק. בראש השמחה האט זיך אנגעזעהן די געהויב


מוצלח'דיגע מקח דורך ק"ק טשערנאביל אין אנטווערפען אויף בנין רחבת ידים פאר אייגענעם ביהמ"ד
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי טשערנאביל אין שטאט אנטווערפען זענען איינגעהילט אין א פרייליכע שטימונג, ווען אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת הקהילה זוכה געווען צו שליסן א מוצלח'דיגע מקח, אויף א בנין רחבת ידים אין הארץ פון שטאט אנטווערפען, וואו עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן א גרויסע נייע בית המדרש דחסידי טשערנאביל. די טשערנאבילער בית המדרש אין אנטווערפען תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז אין די פאר יאר זינט איר התייסדות אויסגעשטיגן אל


שלום העיר: מאכטפולער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן באזוכט ביי האד' מסקווירא
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN א מלכות'דיגע אויפנאמע איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין שיכון סקווירא, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, וועלכער האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין ראם פון זיין באזוך אין די ראקלענד קאונטי אומגעגנט אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער אנטיילצונעמען ביי עטל


האד' מבישטינא וועט פראווען היי-יעריגע התוועדות לרגל י"ט כסליו אין עיר התורה והחסידות בני ברק
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שטייענדיג געציילטע טעג איידער די גרויסע טאג פון י"ט כסלו, איז באשטעטיגט געווארן אז די היי-יעריגע התוועדות בחצר הקודש בישטינא - פתח תקוה וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן אויף א גרויסן פארנעם אין עיר התורה והחסידות בני ברק, צו פייערן דעם גרויסן טאג ווען עס געפאלט די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע, און דער טאג וועלכע ווערט גערופן אין חב"ד "ראש השנה לחסידות", ווען עס ווערט געפייערט די חג הגאולה די טאג וואס דער


bottom of page

