ובכן צדיקים יראו וישמחו: מאסן חסידים מיטהאלטן שמחת החתונה אין טאהשער הויף
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט חדוה דקדושה איז דעם פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן אין קרית טאהש קאנאדע די פרייליכע שמחת החתונה בחצר הקודש טאהש, ווען הרה"צ רבי אברהם יהודה לאווי שליט"א בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה אונטער די חופה, מיט די חתן א זון פון הרב יהושע ישכר בעריש לאנדא שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק עדעלין קערעסטיר שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא קאראקאס שליט"א, וואו חסידי טאהש האבן זיך מיטגעפרייט ביי די גרויסע שמחה בבית צדיקים.
פארנאכטס איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד הקבלת פנים, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות א לענגערע צייט, דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע חרוזים הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו, און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די יעצטיגע זמן, און אויסגערעכנט די זכות אבות ורבותינו הקדושים וועלכע קומען אראפ צו די גרויסע שמחה.
דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, געטרינקן לחיים, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר כל העם הנאספים ברכות והשפעות טובות, דערנאך איז מען ארויס צום באדעקן, דער רבי האט אנגעטון די קיטל פארן חתן און געלייגט די אש אויפן שטערן און געבענטשט די חתן, דערנאך ארויס צום חופה.
מען האט א לענגערע צייט געזינגן די הייליגע ניגונים המקובלים, אהבה רבה און רחמים רבים און נאך. כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט מסדר קידושין געווען, און מיט כתובה ליינען איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א, מיט די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן די זיידע אב"ד עדעלין קערעסטיר שליט"א, ברכה אחריתא האדמו"ר מזוטשקא קאראקאס שליט"א.
תיכף דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין, בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות. און דער ציבור איז אריבער צום ביהמ"ד הגדול, ווי עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה פאר כל הקהל הקודש. און די מקהלת המנגנים דחצרות קדשינו האבן אנגעפירט מיט די ניגונים לכבוד די שמחה.
ווען דער רבי איז ערשינען צום סעודת החתונה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, טועם געווען פון די פיש, געטרינקן און געוואונטשן לחיים. בשעת די חתן איז ערשינען האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א געהויבענע טאנץ, בעת די גאנצע ציבור פריידט זיך מיט אין די לופטן אויף די הויעכשטאקיגע פארענטשעס פון ארום, דערנאך האט זיך פארמירט א שיינע טאנץ מיט די מחותנים און זיידע'ס שליט"א, ספעציעל איז ארויסגעקומען לכבוד די שמחה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, הגה"צ ראב"ד סקווירא שליט"א, און נאך.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט געהויבענע ריקודין אינעם חלל הביהמ"ד כל הקהל הקודש, א לענגערע צייט.
מיט ברהמ"ז על הכוס האט דער רבי מכבד געווען חתנו הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די רבנים קרובי המשפחה און אנשים חשובים.
דאן האט דער בדחנא דמלכא הרב יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א מנהל בית צירל אין קרית טאהש גענומען דאס ווארט, און אויפגערופן מיט פאסיגע חרוזים דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, זייענדיג מעורר די זכות אבות למעלה בקודש, אראפצוברענגן אלע השפעות טובות אין יעדע הינזיכט ווי מען דארף געהאלפן ווערן, בכל משאלות לבנו לטובה, וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש כיצד מרקדין לפני הכלה.
בערך 12:00 נאך דעם רבינס מצוה טאנץ איז זיך דער ציבור צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער אנגעפילט מיט השפעות טובות עד בלי די.












































