top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הודאה לקראת כ"א כסלו אין ק"ק סאטמאר מאנסי געפייערט אינאיינעם מיט יערליכע דינער לטובת המוסדות

  • Bechatzros admin
  • לפני 7 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

פארלאפאנעם מוצאי שבת וישלח, איז אין קהילה קדושה סאטמאר מאנסי אפגעראכטן געווארן דער יערליכע סעודת הודאה און כינוס רבתי לקראת כ"א כסלו, וועלכע איז געפייערט געווארן בקול רנה והמון חוגג אין די עטרת חי' שרה זאלן אינעם בנין הת"ת סאטמאר מאנסי, אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, ובהשתתפות פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה ובראשם מערערע אדמור"י ורבני העיר שליט"א.


דער מעמד הודאה לרגל די איין און אכציגסטע יום הצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביים צווייטן וועלט קריג, איז געווען קאמבאנירט אינאיינעם מיט די יערליכע דינער "ליל ההודאה" לטובת די מוסדות אין מאנסי, וואו א רייכע פראגראם איז געוועהן צוגעגרייט לכבוד האי יומא רבא.


מיטן פתיחת המעמד האט אויפגערטעטן דער ידען נפלא בקורות הדורת הר"ר משה מנחם אדלער שליט"א וועלכער האט געהאלטן געשפאנט מיט די השתלשלות ענינים ארום דעם וואונדערליכן סיפור נס ההצלה, דער נואם הכבוד איז געווען הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט מיט זיין כח הדרוש והחידוש ארויסגעברענגט דער גודל הזמן און ארומגערעט בשבח פון די סאטמארער מוסדות אין מאנסי, צום לעצט האט מען געהערט דעם משא המעמד דורך כ"ק גאב"ד סאטמאר שליט"א בתקפו של נס און איבער דער פליכט צו ארויסצייגן חיזוק און שטיצע פאר די מוסדות הקדושים על דרך המסורה פונעם בעל הנס זכותו יגן עלינו.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page