top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נעילת השמחה אין חצה"ק סקווירא געפייערט ביי לעצטע שבע ברכות אינאיינעם מיט מעמד הסיומים

  • Bechatzros admin
  • לפני 13 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

נאך די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש סקווירא האט נאכגעפאלגט א פרייליכע וואך פון שמחות שבע ברכות מדי לילה בלילה. צום הויכפונקט איז פארגעקומען די צענטראלע שבע ברכות און נעילת ימי השמחה אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא במקהלות אלפי החסידים.


די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינאיינעם מיט די סיומי מסכתות במסגרת עמוד יומי און דער סיום הלכות שבת במסגרת שונה הלכות. דער מחותן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א האט געמאכט דער סיום מסכתא סוטה, און סיום הלכות שבת, און האט דערנאך משמיע געווען קורצע דברי ברכה.


די רבי שליט"א האט דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי ברכה לכבוד די סיום און מען האט זיך געהויבן אין ריקודין עילאין, דערנאך האבן בחורים פון עטליכע ישיבות איבערגעגעבן שעות רציפות וואס איז געלערנט געווארן לקראת די שמחה, צוזאמען מיט קריגלעך אויל וואס מען וועט פארטיילן אין די ישיבות לכבוד חנוכה, און די רבי האט אנגעוונטשן מברכות קדשו.


דער בדחן ר' משה אייזבערג הי"ו האט געזונגען הערליכע חרוזין, און נאכן בענטשן איז מען דורך וואונטשן לחיים פארן רבי'ן, די חתן, מחותנים און זיידעס, בעת די חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד די שמחה.


ביים שבע ברכות האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע אבד"ק סאטמאר מאנסי, אבד"ק פאפא מאנסי, אבד"ק תולדות אהרן מאנסי, הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, אבד"ק אמונת ישראל, הגה"צ רבי העניך אשכנזי אבד"ק אבני צדק און הרה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א קינדער פון האדמו"ר מסאטמאר.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page