top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות ארה"ק אין פייערדיגן ברען נאך כינוס אדיר אסיפת הצלה בראשות הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין, א. איזנבאך, וארי קופרשטוק.

דער קידוש שם שמים האט דעם מוצאי שבת קודש וישלח אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו ביים היסטארישן כינוס האדיר ''אסיפת הצלה'' אין בני ברק דורך א ציבור עצום פון רבבות אלפי ישראל וואס זענען געשטאנען צונויפגעזאמלט כאיש אחד בלב אחד זיך צו דערווארעמען און זיך צו דערהייבן נענטער צום אויבערשטן, און מקבל זיין פרישע גדרים וסייגים קעגן די שרעקליכע נסיונות הדור די פגעי הטעכנאלאגיע.


דער אסיפת הצלה איז דאס געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית, אנגעהויבן פון די צענדליגע טויזנטער פערזענליך-באטייליגטע און געענדיגט ביי די טויזנטער וואס האבן מיטגעהאלטן די דרשות ביי די הוקאפ לאקאציע'ס אין אלע היימישער געגענטער איבער די גארער וועלט דורכ'ן טעלעפאן, ארויסצונעמען אויף הלכה למעשה, וואס עס איז נוגע און וואס מען דארף מיטנעמען אויפ'ן ווייטערדיגן לעבן פון די הייליגע אסיפה, בדיבוריו המלהיבים וואס מען האט געהערט פון דעם מלהיב לבבות ישראל המשפיע המפורסם הגה''צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט''א, וואס האט בפועל אדורכגעפירט א מהפיכה אין די ברענענדיגער נושא, צו שיינען א ליכטיגקייט אין אידישע לבבות.


א פלאטע פון אזויפיל וואו צוויי הונדערט און פופציג באסעס פון אריבער דרייסיג געגענטער איבער גאנץ ארץ ישראל האבן געפירט דעם ציבור האלפים, כולם נקבצו באו להתחזק ולהתעורר צו שטיין פעלזן פעסט קעגן די טעכנאלאגישע נסיונות. צו די באשטימטע צייט האט זיך אנגעהויבן דער מאסיווער שטראם, און נאך היבש פריער איידער די אסיפה איז אפיציעל געווען גערופן, זענען די גאסן פון קרית וויזניץ שוין געווען פארפלייצט מיט טויזנטער אידן וואס האבן געשטראמט כדי צו זיין זיכער מיט א גוטן פלאץ אין דעם גיגאנטישן וויזניצער ביהמ''ד מיט איר אלע פליגלען.


אלע גאלעריען אינעם בית וויזניץ זענען געווען מיוחד דעזיגנירט פאר מענער, אריינגערעכנט די פארענטשעס אויף די גאלעריען. אויך איז ארויסגענומען געווארן דער מאסיווער וויזניצער "היכל הטישן", און א באזונדערע שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן דערנעבן אין א פארזוך צו דערשטרייטן דעם איבערפלוס פונעם ריזן ציבור, ווי הויעך הילכערס האבן אריבערגעפירט די גאנצע מעמד אין ביהמ"ד צום גאנצן ארום, נאכדעם וואס דער בנין ביהמ"ד הגדול האט שווער געקענט דערהייבן דעם ציבור האלפים וואס וואקסט פון יאר צו יאר.


צווישן די מאסן ביים אסיפה האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון גדולי ישראל אדמורי"ם און רבנים וואס זענען געקומען אנטייל נעמען ביים כינוס לשם שמים, צווישן זיי הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב בני ברק, המקובל הגה"צ רבי גמליאל ריבנוביץ שליט"א, הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגאון רבי יחזקאל דעבארמבדיגער רב שכונת מתחם הסופרים, הגאון רבי ברך יהודה היימליך מרבני ק"ק תולדות אהרן, הגאון רבי מרדכי גרינפעלד דומ"ץ טשערנאביל, הגה"צ רבי מרדכי געלבער אב"ד מונקאטש בני ברק, הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשערנאביל אלעד, כ"ק אדמו"ר מספינקא סוליצא און הרבנים הגאונים הצדיקים קינדער פון האדמורי"ם מוויזניץ, תולדות אברהם יצחק, מאחנובקא בעלזא, טשערנאביל, דאראג, וויזניץ בית שמש און נאך.


אומגעפער 10:00 אווענט, זענען די הכנות געקומען צום קלימאקס, ווען הגה''צ רבי צבי מאיר שליט''א האט אנגעפאנגען זיינע פייערדיגע דיבורים, ווי ער האט אויסגעשריגן מנהמת ליבו הטהור די שרעקליכע חורבן וואס די פגע הטעכנאלאגיע האט שוין ליידער אנגעמאכט, דער משפיע האט זיך באצויגן צו די טענה וואס מאנכע שרייען אז מ'דארף זיין ריאליסטיש און אז די תקנות זענען גזירות שאין הציבור יכולים לעמוד בה, און מיט דמעות שליש ארויסגבערענגט אז מ'דארף זיין ריאליסטיש טאקע איבער די געפאר און די שאדן פון די כלים, ברוחניות ובגשמיות, און אז דאס איז טאקע א ביטערע גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בה, די ביטערע אומגלוקן ביי כלל ישראל, ווען אידישע שטובער ווערן ליידער צופאלן, און אומצאליגע נשמות טהורות ווערן באגראבן צוליב די כלים המשחיתים.


אזוי האט דער משפיע מאריך געוועהן גאנצע צוויי שעה ווען במשך דעם גאנצן דרשה האט מען געקענט ווי טאפן דאס ערנסטקייט אין די לופטן, ארויסברענגענדיג די איין איינציגע ציל לעשות רצון אבינו שבשמים, און אז די מערכה נעמט ארום גאנץ כלל ישראל אן קיין שום פערזענליכע נגיעות, און שטארק מעורר געווען זיך מחזק זיין אין פארשידענע יסודות היהדות, ווי אמונה ובטחון, אהבת און יראת השם, שמחה של מצווה און נאך, וואס מיט די אלע יסודות איתנים קען מען שטיין פעלזן פעסט קעגן די ביטערע נסיונות.


ספעציעל האט די משפיע ארויסגעברענגט די זעקת אש קודש קעגן די געוואלדיגע נגע וואס האט זיך אריינגעכאפט בקרב המחנה, נעמליך די "עי איי" סערוויס, וואס האט אנגעברענגט א געוואלדיגע חורבן אויף די וועלט, עס איז באשאפן געווארן א נייע יועץ פאר כלל ישראל, וואס איז פארשוועמט מיט דעות כוזבות, און אפילו מיט א פילטער קען מען זיך אן עצה געבן און בכל מיני אופנים ארויסבאקומען תשובות און טעאריעס פונעם סערוויס, רבי צבי מאיר שליט"א האט אויך ציטירט פון גרויסע פראפאסערן איבער די וועלט וועלכע דרוקן אויס זארג פון דעם נייעם געפארפולע ערפינדונג.


בשעת די דרשה האט דער משפיע ארויסגענומען צוויי זאק פול מיט בריוו, וואס ער האט ערהאלטן אין לויף פון די לעצטע יאהרן און פארגעליינט טייל פון די בריוון פון צובראכענע נשמות ווי זיי קלאגן ווי די טריפה'נע כלים האבן זיי אריינגעפירט צום שאול תחתית, אפילו די כלים מיט א פילטער. באזונדער האט ער געשילדערט שרעקליכע עדותשאפטן וואס זענען אנגעקומען צו זיין טיש פון אלע סארטן, זקנים עם נערים, מחנכים און מחנכות, עלטערן און קינדער, בחורים און בעלי בתים.


צו דעם געלעגנהייט האט דער משפיע פארבעטן פונעם ציבור זיך אנצושליסן אין די הייליגע חבורה אום אני חומה, און אויך אפאלירט צום ציבור אונטערשרייבן אויף די פעטיציע וואס ווערט געשיקט דורך אלופי אלפי ישראל היימישע אידן בני חורין וואס ווענדן זיך צו די רעגירונגס באאמטע די אלע באנקן אפיסעס וכדו' זיי זאלן צושטעלן סערוויס פארן ציבור אויפ'ן טעלעפאן אויף א אויסגעהאלטענעם  אופן און זיך רעכענען זיין מיט צענדליגע טויזנטער אידן החרדים לדבר השם וואס ווילן נישט צוקומען צו אינטערענט.


נאך די פייערדיגע דרשה האט הרה''צ רבי צבי מאיר שליט"א פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים וואס האט אפגעדינערט אינעם גאנצן היכל, און האט נאכגעפאלגט מיט פייערדיגע ריקודין 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא' און נאך, ווען די ציבור האלפיםהייבט זיך מיט ריקודין עילאין ארויסשרייענדיג דעם מטרה לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו.


 צום שלוס פונעם הייליגן אווענט איז פארגעקומען די 'מעמד מסירת החתימות' ווען די טויזנטער משתתפפים האבן זיך געשלענגערט אין די רייען איבערצוגעבן די חתימות און קבלות טובות פאר די משפיע שליט"א, וואס האט אריינגעבלאזן טללי תחיה און חיזוק און איבערגעגעבן ווארימע ברכות במאור פניו, א מחזה הוד וואס האט געדויערט איבער צוויי שעה, קימו וקבלו באהבה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page