top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדולי המורים מסובין בה: פראדוקטיווע אסיפה פאר דיינים מומחים פון אלע שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל

  • Bechatzros admin
  • 9 בדצמ׳ 2025
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN

ווי ברייט באריכטעט איז פארלאפענעם ליל שישי אפגעראכטן געווארן א גרויסן מעמד שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא ספעציעל געווידמעט פאר אלע דיינים יושבים על מדין אין די שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו.


בעפאר די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א גאר פראדוקטיווע אסיפה אין די געלבמאן זאל אין סקווערער שטעטל, וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פאר די דיינים זיך דורכצושמועסן איבער מערערע נושאים און הלכה'דיגע שאלות וואס זענען מצוי, באגלייט מיט טרעפליכע דרשות דורך הגה"צ רבי אברהם צבי וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי, הגה"צ רבי יוחנן וואנזער ראב"ד סקווירא, און דעם רבינס זון הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א.



תגובות


bottom of page