האד' מלעלוב ניקלשבורג וויילט שבת בביתו נאוה קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע
- Bechatzros admin
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א אפגעפלויגן קיין אונגארן וואו דער רבי האלט זיך אויף אין שטאט קערעסטיר אויף מנוחת הנפש סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם צדיק מפורסם הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אלע תפילות און טישן בביתו נאווה קודש אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר, מיט א באזונדערע רגש קודש האט דער רבי מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס אינעם נאסטאלגישן מלוה מלכה שטוב. זונטאג אין לויף פונעם טאג האט דער רבי גענומען קוויטלעך פון די חסידים און געסט משתתפי השבת אין רבי ישעילע'ס קוויטל שטוב.














