top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנשי 'חסד' נאספו: נפטר געווארן הרה"ח בנש"ק ר' חנני' סיני דוד (חסד) הלברשטאם ז"ל; משב"ק הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין די רייען פון חסידי חב"ד אלוועלטליך ווערט מיט צער און טרויער אויפגענומען די בשורה מרה איבער די פריצייטיגע פטירה פונעם לאנגיעריגן און בארימטן משב"ק פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל, הרה"ח בנש"ק מגזע אראלים ותרשישים רבי חנני' סיני דוד הלברשטאם ז"ל, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר נאכ'ן נישט זיין געזונט די לעצטערע תקופה.


ר' חנני' סיני דוד, באקאנט ביי חסידי חב"ד אלס "ר' חסד הלברשטאם", איז נפטר געווארן בהאי יומא קגרים, אינעם חג הגאולה וראש השנה לחסידות, י"ט כסליו, און בעצם יום היארצייט פון אביו כ"ק האדמו"ר מטשאקווא בני ברק הרה"צ רבי מאיר הלברשטאם זצ"ל, וועלכער איז נפטר געווארן מיט 16 יאר צוריק, י"ט כסליו תשע"ב.


ר' חנני' סיני איז געבוירן בשנת תשי"א אין ארץ ישראל צו זיין פאטער די טשאקאווא רבי, וואס האט געצויגן דעם גאלדענעם יחוס בן אחר בן צו הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, און איז גערופן געווארן על שם זיין עלטער זיידע הרה"ק רבי סיני מז'ימיגראד זי"ע.


זיין מוטער די טשאקווא-בני ברק רביצין איז געווען א טאכטער פון הגה"צ רבי אהרן יוסף לוריא זצ"ל פון טבריה בעל עבודת פנים.


אין זיינע יונגע יארן איז דער נפטר צוגעצויגן געווארן צו חב"ד, נאכגייענדיג די פיסטריט פון זיין עלטערן ברודער, יבלחט"א הרב חיים ברוך האלבערשטאם, פארנדיג אינאיינעם לערנען אין "כפר חב"ד", און זיך מדבק געווען בכל נימי נפשו אין כ"ק אדמו"ר הרה"ק מליבאוויטש זצ"ל.


בשנת תש"ל איז ר' חנני' סיני אנגעקומען לערנען אין די "ישיבת תומכי תמימים" אין 770, וואו ער האט זינט דאן זיך נישט אוועקגערירט פון רבו המובהק דער ליובאוויטשער רבי.


אין יענע יארן האט שוין זיין עלטערער ברודער ר' חיים ברוך משמש געווען בקודש פנימה, און נאך זיין חתונה האט דער נפטר ר' חנני' סיני איבערגענומען זיינע תפקידים און זינט דאן זוכה געווען לבוא לפני ולפנים און משמש זיין דעם ליובאוויטשער רבי'ן מיט א זעלטענע געטריישאפט.


א באזונדערע עבודת הקודש האט ר' חנני' סיני אריינגעלייגט מיט'ן משמש זיין די אלטע רביצין, הרבנית הצדיקת נחמה דינה ע"ה, אשת חבר פונעם רבי'ן דער ריי"ץ, יום ולילה לא שבת זיכער צו מאכן אז די רביצין ווערט באדינט און באזארגט מיט אלעם וואס עס פעלט נאר אויס.


נאך די פטירה פון די אלטע רביצין האט ר' חנני' דוד ממשיך געווען מיט'ן שטיין ליד ימינה פון די רביצין חי' מושקא ע"ה בחברתו הטהורה פונעם ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל, וואו ער האט זיך אפגעגעבן מיט די שטוב ווירטשאפט, און איז פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די נאנטסטע מקורבים צו די רביצין ע"ה, זייענדיג ממש ווי א בן בית.


בשנת תשל"ח ווען די רביצין האט געכאפט א הארץ אטאקע און איז זינט דאן געווארן אפגעשוואכט, האט ר' חנני' סיני זיך אוועקגעגעבן יום ולילה, רונדע די זייגער איז ער געווען ביים רבי'ן אין שטוב און באדינט די רביצין מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, און דער רבי האט אים געגעבן זיין אייגענע שופר און מגילה צו בלאזן שופר און ליינען די מגילה פאר די רביצין.


אין לויף פון די יארן זענען זיינע קינדער אויך אריינגענומען געווארן אין די עבודת הקודש ביים רבי'ן אין שטוב, צווישן זיי זיין זון הקדוש ארי' האלבערשטאם הי"ד וועלכער איז קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן דורך א טעראריסט ביים נאכפארן די מאטארקאדע פונעם ליובאוויטשער רבי'ן אויפ'ן ברוקלין בריק אין יאר תשנ"ד.


אין די שפעטערע יארן האט ר' חנני' סיני געוואוינט אין קווינס, און אפטמאל איז ער אנגעקומען צו די תפילות אינעם ליבאוויטשן הויפטקווארטיר אין קרוינהייטס, ספעציעל ביים יארצייט פון די רביצין ע"ה, וואו ער פלעגט פארציילט ערשטהאנטיגע זכרונות וואס ער האט צוגעזען בקודש פנימה.


אין די לעצטערע תקופות איז ר' חנני' סיני נישט געזונט געווען, זיין מצב האט זיך שטארק פארערגערט ביז ער האט מחזיר געווען נשמתו ליוצרו היינטיגן מאנטאג, אור ליום י"ט כסליו, לדאבון לב כל בית חב"ד.


ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים, קינדער און איידעמער און אייניקלעך, אלע מחשובי חסידי חב"ד, וועלכע פירן אויס שליחות ראלעס איבער די וועלט, אין מעלבוירן, קראון הייטס, אהייא, און פלארידע.


אויך לאזט ער איבער זיינע געהויבענע ברודערס און שוואגערס, הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, צווישן זיי די ברידער הרב חיים ברוך שליט"א, הרב שמואל שליט"א מנכ"ל מפעל הש"ס העולמי, הרבנית א"ח הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט"א, אשת הרה"צ רבי משה לייב האגער מזאבליטוב, און נאך עטליכע שוועסטער'ס.


די לוויה וועט ארויסגיין היינט נאכמיטאג פון די חב"ד הויפטקווארטירן אויף 770 איסטערן פארקוועי אויפן וועג צו די מאנטיפיארי בית החיים אין קווינס וואו ער וועט קומען לקבורה אויפן חלקת חב"ד.


ת.נ.צ.ב.ה.

bottom of page