top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאורו נסע: הגה"צ ר' יצחק מאיר מארגענשטערן מתורת חכם וועט אפרעכטן "שבת חנוכה" ביים גרויסן קיבוץ אין אומאן

  • Bechatzros admin
  • לפני 23 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין די יעצטיגע טעג איז געמאלדן געווארן מבית הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן האדמו"ר מתורת חכם איבער די נסיעה קומענדיגן וואך בעצם יומי דחנוכה, אפצורעכטן דעם געהויבענעם "שבת חנוכה" אין שטאט אומאן אוקריינא, ביים ציון הק' פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע.


ווי באקאנט איז הגה"צ רבי איטשע מאיר שליט"א זיך נישט נוהג צו פארן קיין אומאן ביים צענטראלן קיבוץ פון חסידי ברסלב, נאר פארט אנשטאט ביים קיבוץ שבת חנוכה, וואס איז אויך איינע פון די זמנים מסוגלים אין יאר שמור לדורות ביי חסידי ברסלב צו קומען פראווען ביים ציון הק' אין אומאן.


אויף היי-יאר איז געלונגען פאר די עסקנים, מיט'ן הילף פון א קבוצה נגידים בעם, אפצודינגען א פריוואטן "טשארטער" פליגער, אראנדזשירט דורך די בארימטע "ללכת טורס", ספעציעל דעזיגנירט פאר די חסידים ומעריצים וואס וועלן מיטלעבן די ימי אורה בצלו פון רבי איטשע מאיר אין שטאט אומאן.


די רבי וועט ארויספארן ממעון קדשו דאנערשטאג בימי החנוכה, מיט'ן טשארטער פליגער קיין אוקריינא, און אויפדערנאכט מדליק זיין די נירות חנוכה סמוך ונראה ציון הק' אין אומאן. פרייטאג צופרי וועט אפגעראכטן ווערן דער התעוררות'דיגער מעמד בקשת רחמים, אמירת תהילים און תיקון הכללי ביים ציון הק' במעמד קהל רב.


דער גאנצער שבת וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם ביים ציון הק' אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון ארץ ישראל און חוץ לארץ.


נאך שבת וועט די רבי ממשיך זיין די נסיעה קיין מעזיבוזש, און מדליק זיין דאס לעצטע ליכטל, זאת חנוכה, סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הק', און דערנאך פראווען דעם געהויבענעם "זאת חנוכה טיש" באתרא קדישא מעזיבוזש.


ree
ree

bottom of page