עצרת מחאה אדירה קעגן גזירת הגיוס געפלאנט פארנט פון ציוניסטישע קאנסולאט אין שטאט לאנדאן
- Bechatzros admin
- לפני 19 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין עיר הבירה לאנדאן זענען טויזנטער חרדי'שע אידן ערווארטעט זיך צו פארזאמלען קומענדיגן דאנערשטאג נאכמיטאג פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, אויסצושרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן דער שרעקליכער גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס פלאגט אחינו בני ישראל היושבים בארצינו הקדושה.
אין בעפארברייטונג צום עצרת איז אפגעהאלטן געווארן א געמיינזאמע אסיפה דורך די עסקנים פון מערערע קהילות אין שטאט, מסדר צו זיין אלע דעטאלן און איינצלהייטן פונעם פראטעסט על צד היותר טוב.
אין די טעג זענען די עסקנים ארומגעגאנגען צווישן די שטובער פון די רבנים פון שטאט איבערצושמועסן די פרטי העצרת און ערהאלטן זייער הסכמה צום מחאה אדירה קעגן די ארעסטן פון בחורי ישראל און אברכי הכוללים, לומדי תורה, בלויז פאר'ן זיך נישט וועלן שטעלן צום מדינת ישראל מיליטער.
אין לויף פונעם מעמד, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל ובראשם גדולי הרבנים שליט"א, וועט מען בעז"ה הערן ווערן דרשות וואס וועלן ארויסברענגען דעם וויי-געשריי און די ביטערע צרה פונעם מצב. אויך וועלן געהערט ווערן ווערטער אויף דער ענגלישער שפראך פאר די לאקאלע מידיע און גוי'אישע פרעסע צו פארשטיין דעם שיקזאל פון ערליכע אידן אין ארץ ישראל.



