top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כמידי שנה בשנה: ביקור קודש דורך האד' מסאדיגורא בקרב חסידיו אין שטאט לעיקוואד

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט התרוממות הנפש האבן חסידי סאדיגורא און פילע תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורער הויף געהאט די זכיה מיטצולעבן א שבת שכולו רוחני בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין אמעריקא און האט כמידי שנה בשנה געפראוועט א געהויבענעם שבת אין שטאט, אין די סאדיגורער קלויז עטרת ישראל.


דורכאויס די ערשטע צוויי טעג פונעם רבינס באזוך אין אמעריקא איז די רבי געווען צוגאסט אין בארא פארק וואו די רבי האט אויפגענומען דעם ציבור בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יהושע בראוקער הי"ו. דינסטאג האט די רבי שליט"א ווי באריכטעט, באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און אויפצומארגנס מיטוואך איז דער סקולענער רבי צוריקגעקומען אויף א ביקור גומלין צום רבי'ן און איבערגעגעבן א קוויטל ופדיון נפש כמנהג אבותיו הק' וועלכער זענען געווען אדוק ומקשור צו די צדיקים לבית סאדיגורא מיט א התבטלות און הכנעה. נאכן באזוך האט דער סקולענער רבי שליט"א אפגעשיקט צום רבי'ן, מיט א שליח מיוחד דעם נייעם ספר ישועת יעקב פון אביו כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, וואס איז נארוואס ארויס פון דרוק.


דאנערשטאג אינדערפרי איז די רבי אנגעקומען קיין לעיקוואד און געדאווענט שחרית אין סאדיגורער ביהמ"ד, נאכן דאווענען זענען די חסידים דורך שלום נעמען און שפעטער איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה וואו די רבי האט אויפגענומען דעם היימישן עולם מיט קוויטלעך. פארנאכטס איז די רבי אריינגעפארן קיין מאנסי צו א חופה ביי איינע פון די חסידים, און ביינאכט איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת מוסדות סאדיגורא אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה גארניש שיחי' און דזשעקסען נעבן לעיקוואד.


פרייטאג ערב שבת נאך שחרית האט די רבי ממשיך געווען קבלת קהל וואו עס איז אינצווישן אנדערע אריינגעקומען א גראפע בחורים תלמידי ישיבת עטרת צבי אין לעיקוואד מקבל צו זיין דברי חיזוק וברכה.


דער שבת איז געווען א חטיבא אחת פון התרוממות הנפש, פרייטאג צונאכטס ביי קבלת שבת האט א התרגשות ארומגענומען דעם ציבור ווען די רבי שליט"א איז ארויסגעקומען פון דאווען שטוב צו בואי בשלום, די רבי שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין התלהבות'דיגע ריקודין, נאך מעריב איז די גאנצע ציבורדורך ביים רבין שליט"א זאגן גוט שבת.


די סעודה פאר די געסט איז געוועהן צוגעגרייט אין די זאל פון עטרת עלקא בבנין בית המדרש בשבת אחים גם יחד, קורצליך נאכן סעודה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש, און מעריך געווען שולחנו הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם, במשך דעם טיש האט מען געזינגן ניגוני דביקות וניגוני שבת קודש, און די רבי האט געזאגט תורה.


בצפרא דשבתא פארן ליינען האט הרה"ג ר' חיים שארר שליט''א ר"מ בביהמ"ד אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי תורה וברכה איבער די זכיה אז דער רבי געפונט זיך בתוכנו. מען האט דאן פארקויפט די עליות פאר סכומים הגונים להוצאת השבת, און די רבי האט עולה געווען שלישי כנהוג.


נאכן דאווענען איז די רבי ארויף צום עזרת נשים און געפראוועט א קידושא רבה מיט די בחורי הקהילה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים שארר שליט"א און די רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורי חמד, און געוואונטשן לחיים פאר די בחורי חמד וגבאי החבורות.


נאך מנחה האט דער רבי שליט"א געפראוועט שלש סעודות און נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה און דאן משמיע געווען אמרי קודש און דברי הדרכה פאר די חסידים, דערנאך איז די גאנצע ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך און זיך געזעגענען פונעם רבין שליט"א.


שפעטער מוצאי שבת אויפן וועג צום לופטפעלד איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פון הרה"ג ר' חיים שארר שליט"א וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת מלוכה מלכה פאר מתפללי ביהמ"ד, וואו די רבי האט משמיע געווען קורצע דברי פרידה. פון דארט איז די רבי אנגעקומען אין שטוב פון איינער פון הרב דוד ראטטענבערג מחשובי מתפללי הביהמ"ד וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבה לטובת איינע פון די חשובע כוללים אין שטאט וואו די רבי האט זיך באגעגענט מיט הגאון הגדול רבי ירוחום אולשין ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד וועלכע האט געשאנקן פארן רבי'ן איינע פון זיינע נייע ספרים און אריינגעשריבן א הקדשה בכתב ידו.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page