top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת שבע ברכות אין בארא פארק דורך גה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן לרגל חתונה פון אייניקל

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

פארלאפאנעם וואך איז פארגעקומען אין בארא פארק די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען ובעל ויען דוד, לרגל די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער פון חתנו חביבו הגה"צ רבי יהושע חיים אריה שפיטץ שליט"א ראש ישיבת עץ חיים ווילרייק מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, ביי די שמחה האבן מפאר כבוד געווען מערערע אדמור"ים ורבנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א א מחותן מצד הכלה וועלכער האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה, און האדמור"ים מוויזניץ ירושלים, סטיטשין, סקווירא בארא פארק, הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק, הגה"צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, הגה"צ ר' אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א אבד"ק מטה אפרים וראש ישיבת שערי יושר און נאך.


עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות עטליכע פון די קרובי המשפחה און מיט דברי בדחנות האט משמח געווען דער מגיד נפלא הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א, אינצווישן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין של שמחה וואו די אדמור"ים ורבנים זענען געטאנצן מיטן חתן, מחותנים און זיידעס.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page