top of page
שיינעם שבע ברכות צוגעשטעלט דורך האד' מבאסטאן לרגל נישואי נכדתו הכלה; טאכטער פון חתנו האד' מסאדיגורא ירושלים
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


רבבות חסידי סאטמאר וועלן פייערן נס הצלה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דעם כ"א כסלו אינעם ריזן 'קראונהייטס ארמארי'
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר קוקן ארויס מיט שפאנונג אויפ'ן גרעסטן יערליכן צוזאמקום זמן קהילה לכל אין צוגאב צו א רייע מעמדי קודש לשם ולתפארת, לרגל די יום ההצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות, די גרויסע טאג וואס איז מיוחד ביי חסידי סאטמאר אלס די יום ההודאה, און דערביי ווערט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו שטיצן די מוסדות הקדושים מיסודו פונעם בעל הנס, און ארויסצייגן הכרת הטוב פאר די הנהלת


הרימותי בחור: מסיבת מלוה מלכה פאר בחורי חסידי סקולען בראשות האד' מסקולען
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי פריינד, JDN


אלפי ישראל אפגעהאלטן יומא דהילולא קדישא אין טשענגער ביים מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר זי"ע
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דער שטאט טשענגער אין אונגארן האט ווידעראמאל אויפגעלאכטן, ווען זי האט זוכה געווען צו זיין דער אכסניא של תורה, און אויפנעמען די טויזנטער פוקדי ציון הקדוש פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע, דעם פארלאפענען ה' כסלו, די יומא דהילולא קדישא, וואס איז געפאלן פארגאנגענעם מאנטאג ויצא. דער בילד ווי שווערע טויזנטער אידן שטראמען צום ציום הקדוש, די מחזה ווי פרישע גרופעס אידן קומען אן יעדע שטיק צייט און ווענדן זייערע טיט


גרויסן ציבור מיטגעהאלטן שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם בן כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר חסידי ואוהדי בית צאנז זמיגראד האבן זיך נעכטן מאנטאג געוואונטשן מזל טוב ביי די שמחת התנאים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שלמה שמחה הלברשטאם זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד זצ"ל בעל ביכורי חיים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר' שמעון דוד משה קעניג הי"ו פון קרית צאנז, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד צאנז זמיגראד אין בני ברק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א העומד מצד אחיו החתן, און


מעמד אדיר "כי בא אורך" לטובת בניית בית המדרש הגדול זוטשקא געשלאסן מיט אויסטערלישע סוקסעס
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכער מעמד נרגש איז פארגעקומען דעם מוצש"ק העעל"ט דורך הונדערטער חסידים, מעריצים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ביים גראנדיעזן מעמד "כי בא אורך" לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין בני ברק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א. דער מעמד איז פארגעקומען אינעם עלעגאנטן 'ווינישען' זאל אין פתח תקוה, וואס איז געווען פראכטפול דעקארירט און אהערגעשטעלט אויף זייער א רייכע שטייגער, לכבוד העם הנאספים


ביקורי הוד פון האד' מסאטמאר בבתי אדמור"י ורבני עיר בני ברק | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דורכאויס די וואך וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געוויילט אין שטאט בני ברק איז די רבי ערשינען אויף ביקורי נימוסין בבתי האדמור"ים אין שטאט. מאנטאג איבערן טאג האט די רבי באזוכט ביי די רבני העיר הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא און הגה"צ רבי שבח צבי ראזנבלאט שליט"א, שפעטער אין טאג האט די רבי באזוכט ביי די גדולי הפוסקים אין שטאט, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין רב שכונת אור החיים, הגאון הגדול רבי יעקב


הערליכע לעלובער חתונה געפראוועט אין עיר הבירה לאנדאן
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ, JDN לעלובער חסידים אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיטגעהאלטן געהויבענע טעג בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט''א רב ביהמ"ד קדושת שמעון לעלוב אין לאנדאן, מיט די חתן אן אייניקל פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א. דאנערשטאג ח


בדרכי אבותינו: גייסטרייכע נסיעה בראשות האד' מנדבורנא ירושלים צום עיר האבות חברון מיט שותפי המוסדות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א אונטערגענומען א נסיעה רוממה צום עיר האבות חברון, אלס א השלמה צום מסע המרומם צום עיר האבות בישטינא אין אוקריינע בראשות פונעם רבי'ן אין די פארלאפענע ימי הסליחות. די יעצטיגער נסיעה געווען געווידמעט פאר די יונגעלייט חברי קהילה קדושה נדבורנא ירושלים, שותפים אין די מוסדות הקדושים וואס האבן נישט געקענט טיילנעמען אין די נסיעה קיין בישטינא צוליב די פרישע סאנקציעס דורך די מדינת ישראל


פְּאַת רֹאשְׁכֶם • שמחת החאלאקע פון אור אייניקל ביי האד' מטשארנאביל אין אתרא קדישא מירון
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון, לרגל די שמחת החאלאקע פון א אור אייניקל, אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ ר' שמואל משה טווערסקי אבד"ק טשארנאביל, א זון פון זיין איידעם הרב יהודה ארנסטר, אור אייניקל פון הגה"צ רבי זאב ארנסטר אבד"ק מאור חיים ירושלים, די שמחה איז פארגעקומען אויפן דאך פונעם ציון הק', וואו דער רבי האט אפגעשוירן דאס קינד און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו מען האט געזינגען נ


רבבות אידן פראווען יארצייט פון הייליגן "בת עין זי"ע בצל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך נעכטן מוצאי שבת צוזאמגעקומען ביי די גרויסע התוועדות און סעודה רבתי לקראת די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם דב מאווריטש זי"ע בעל ה"בת עין", וועלכער ליגט אויפן אור אלטן בית החיים אין עיר הקודש צפת, במקום אשר ישועות בו מקיפות. דער גרויסער צוזאמקום ווערט אנגעפירט יאר יערליך דורכ'ן וועלט בארימטן משפיע הגאון הצדיק רבי אלימלך בידערמאן שליט"א פון לעלוב, וועל


שיינעם באזוך פון האד' מסאטמאר ביי גיסו האד' מוויזניץ אין בני ברק
זונטאג פ' וישלח • י' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם דינסטאג איבערן טאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אויף ביקורי נימוסין בבתי האדמור"ים אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק. צום ערשט איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אנקומענדיג האבן די הונדערטער ילדי החמד פון די וויזניצער תלמוד תורה און די תלמידי הישיבה ישועות משה וויזניץ מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול בשירה וזמרה. ביים באזוך אינעווייניג זענען גע


שאקירנדע ארסאן פייער שעדיגט היסטארישן קלויז אין סאדיגורא - אוקריינע
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסידישע וועלט האט היינט אויפגענומען מיט שאק די נייעס איבער א שווערע ארסאן פייער אינצידענט וואס האט באטראפן דעם נאסטאלגישן קלויז אין שטאט סאדיגורא אין אוקראיינע, בית מדרשם פון צדיקי בית סאדיגורא זי"ע, סמוך ונראה למקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע. די שרעקליכע וואנדאליזם האט זיך אפגעשפילט נעכטן נאכט בשעת די חתונה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א וועלכע האט ווי באקאנט אויפגעטוהן גדולות ונצורות איבערצובוי


האד' מסאדיגורא ירושלים באזוכט בבתי אדמור"ים וגדולי ישראל צום בעפארשטייענדע חתונה במעונו
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגער טעג האט כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה ירושלים שליט"א באזוכט בבתי האדמור"ים לענגאויס ארץ ישראל איינצולאדענען צו די חתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר די וואך מיטוואך אין ירושלים עיה"ק, אינצווישן אנדערע האט די רבי באזוכט ביי מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט''א אין מושב אורה, און ביי האדמו"רים מבעלזא, ראחמיסטריווקא, קארלין סטאלין, סלונים, מאחנובקא בעלזא, בוהוש, ביאלא, פינסק קארלין, מודזיץ, קרעטשניף ירושלים, נדבורנא ירושלים, סקולען ירו


לעצטע הכנות אין טשענגער אונגארן צום דהילולא קדישא פון מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שטייענדיג א קארגע מעת לעת צום גרויסן טאג, דעם יומא דהילולא קדישא ה' כסלו, גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה פון איבער דער גאנצער וועלט מיט געהויבענע געפילן און בהכנה דרבה, אריינטרעטנדיג אין דעם האי יומא דקא גרים, פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וועמענס הונדערט און דריי און פופציגסטע יארצייט געפאלט אויס קומענדיגן ה' כסלו הבעל"ט. פילע אידן וועלן האבן די זכי צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש אין דעם טאג פון די יארצייט, מתפלל זיין ביים ציו


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש האדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג איז מעיין אין א ספר פארנט פון ביתו נאווה קודש דעם ערב שבת ווארטנדיג אויף א קאר קיין בארא פארק וואו די רבי האט געוויילט שבת. די וואך בשעת'ן באזוך פון חברי הנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס בבית האכסניא פון האדמו"ר מסאטמאר אין ירושלים, האבן זיי מכבד געווען דעם רבי'ן מיט די זכי' אריינצושריבן חתימת יד קדשו אין דעם היסטארישן הקדשה ביכל לטובת הכולל וואס אנטהאלט אין זיך פילע הקדשות פו


הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם מרדכי מקאמארנא זי"ע בצל נכדו האד' מקאמארנא | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


וראה בנים לבניך: מעמד הנחת תפלין פון אייניקל ביי האד' מראחוב זוהן פון בנו האד' ממעזיבוזש
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר לרגל שמחת הבר מצווה פון הב' משה ני"ו זון פון כ"ק אדמו"ר ממעזיבוזש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי מתתיהו סאפרין זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, איז היינט אינדערפרי פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק אדומ"ר מראחוב שליט"א אין די רמת גן געגענט נעבן בני ברק, וואו דער רבי שליט"א האט מכבד געווען זיין פאטער מיטן הנחת תפילין. נאכן ווארימע דאווענען איז


הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן די וואך האט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין ירושלים במעונו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל לכבוד די מסע המרומם פון האדמו"ר מסאטמאר. הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט אויפגענומען דעם חשובן דאסט מיט גרויס שמחה און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה ועניני דיומא, נאכן באזוך האבן זיך די צוויי מאורות הגדולים געזעגענט בברכות לר


לקיים בנו חכמי ישראל: הגה"צ אבד"ק יאזלאוויץ שליט"א אריינגעפירט אין שפיטאל צוליב שווערע אינפעקציע
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די נאכט מוצאי שבת קודש איז הגה"צ רבי משה מאיר לעדערמאן שליט"א אבד"ק יאזלאוויץ וראש ישיבת טל תורה אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד צוליב א שווערע אינפעקציע וואס האט באטראפן דעם רב שליט"א. דער רב שליט"א האט געליטן שווערע יסורים אין לויף פון שבת, און שפעט ביינאכט מוצאי שבת איז ער אריינגעפירט געווארן דורך די חברה הצלה צו די מיימאנידיס שפיטאל אין בארא פארק פאר באלדיגע אונטערזוכונגען. וואו עס שיינט ליידט דער רב


bottom of page
