וראה בנים לבניך: מעמד הנחת תפלין פון אייניקל ביי האד' מראחוב זוהן פון בנו האד' ממעזיבוזש
- בחצרות הקודש
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
לרגל שמחת הבר מצווה פון הב' משה ני"ו זון פון כ"ק אדמו"ר ממעזיבוזש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ רבי מתתיהו סאפרין זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, איז היינט אינדערפרי פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין בבית מדרשו פונעם זיידן כ"ק אדומ"ר מראחוב שליט"א אין די רמת גן געגענט נעבן בני ברק, וואו דער רבי שליט"א האט מכבד געווען זיין פאטער מיטן הנחת תפילין. נאכן ווארימע דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה אינאיינעם מיט די מתפללי ביהמ"ד. היינט נאכט קומט פאר די גרויסע שמחת הבר מצוה אין א פראכטפולע זאל אויף רח' הירקונים אין פתח תקווה.


















































