רבבות חסידי סאטמאר וועלן פייערן נס הצלה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דעם כ"א כסלו אינעם ריזן 'קראונהייטס ארמארי'
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר קוקן ארויס מיט שפאנונג אויפ'ן גרעסטן יערליכן צוזאמקום זמן קהילה לכל אין צוגאב צו א רייע מעמדי קודש לשם ולתפארת, לרגל די יום ההצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות, די גרויסע טאג וואס איז מיוחד ביי חסידי סאטמאר אלס די יום ההודאה, און דערביי ווערט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו שטיצן די מוסדות הקדושים מיסודו פונעם בעל הנס, און ארויסצייגן הכרת הטוב פאר די הנהלת הישיבה וואס טוט צושטעלן דעם מעמד ההוד להנאת כל הקהל הקודש.
שטייענדיג בלויז קארגע צוויי וואכן צום גרויסן חגיגה דעם קומענדיגן מיטוואך וישב כ"א כסליו האבן אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר אויפגענומען די בשורה אז דער היי יעריגער צענטראלע מעמד הגדול "דינער השנתי" וועט אפגעראכטן ווערן אינעם גרויסן מלכות'דיגן ניו יארק ארמארי אין דער קראונהייטס געגענט וואס איז א מעכטיגע צוגעפאסטע געביידע צו קענען אקאמאדירן דעם מעמד ההוד און האט שוין קווארטירט א שיינער צאל כינוסי כ"א כסלו בעבר.
דורכאויס די לעצטערע וואכן האבן די הנהלת המוסדות און די ראשי העסקנים אריינגעלייגט כוחות עצומות צו לייגן א האנט אויף פארשידענע אנדערע ריזיגע זאלן אין דער ברוקלינער אומגעגענט צו קענען דארט פראווען דעם מעמד האדיר אויפ'ן גרעסטן און שענסטן אופן, מ'האט אינוועסטירט א געוואלד מיט כוחות און געטרייע שתדלנות מיט די הילף פון די ראשי העסקנים והשתדלנים צו קענען אנקומען צו געוויסע ריזן געביידעס וואס מ'האט געהאפט און געטראכט אז מ'וועט דארט קענען אהערשטעלן דעם סעודת הודאה במקהלות רבבות אלפי ישראל, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איינציגסטער גרעסערער פלאץ וואס מען קען באקומען אויפ'ן מאמענט און געפינט זיך גענוג נאענט צו די חרדישע געגענטער איז אט דער ״קראונהייטס ארמארי״.
די ראשי העסקנים בבית סאטמאר וועלכע האבן שוין אהערגעשטעלט די גרעסטע מאורעות של כבוד שמים אריינגערעכנט דעם פאראיאריגן כינוס חסידי סאטמאר אין בארקלעיס, פיבערן שוין יעצט מיט די פלענער וויאזוי אהערצושטעלן א שפאגל-פרישן אויסשטעל פאר'ן גיגאנטישן זאל צו ווערן איינגערישט אלס חסידישע פעסטונג פאר דער סעודת הודאה.
דורכאויס די היינטיגע וואך זענען שוין די עסקנים אראפגעפארן אין זאל מיט די באטרעפענדע ממונים אלעס אויסצופלאנען דבר דבר על אופנו,און באזונדער קאארדענירן מיט דער פאליציי דעפארטמענט איבער די נויטיגע גאסן וואס וועלן דארפן אפגעשלאסן ווערן פאר די באסעס.



