top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע הכנות אין טשענגער אונגארן צום דהילולא קדישא פון מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע

  • sfbechatzros
  • לפני 33 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

שטייענדיג א קארגע מעת לעת צום גרויסן טאג, דעם יומא דהילולא קדישא ה' כסלו, גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה פון איבער דער גאנצער וועלט מיט געהויבענע געפילן און בהכנה דרבה, אריינטרעטנדיג אין דעם האי יומא דקא גרים, פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וועמענס הונדערט און דריי און פופציגסטע יארצייט געפאלט אויס קומענדיגן ה' כסלו הבעל"ט.


פילע אידן וועלן האבן די זכי צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש אין דעם טאג פון די יארצייט, מתפלל זיין ביים ציון המצוינת און אויסבעטן אלעס גוטס בזכות דעם צדיק. אין דער זעלבער צייט וועלן הונדערטער טויזנטער אנדערע אידן פראווענען דעם יארצייט מיטן דערמאנען זכרו הבהיר, מיטן מתפלל זיין מריחוק מקום וקירוב הלב און צינדן לעכט.


אין דער צייט וואס עס ווערט מער און מער מפורסם כוחו הגדול פון דעם צדיק, עס ווערט באקאנט נאך פילע ישועות ורפואות באופן פלא וואס אידן האבן געהאט נאכן מתפלל זיין אדער צינדן לעכט, זענען דא גאר אסאך אידן וואס זענען זיך מקשר מיטן צדיק און בויען אויף א טיפן שייכות מיט אט דעם הייליגן צדיק בגנזי מרומים, וואס איז משפיע א גאנץ יאר און ספעציעל אין דעם יום המסוגל פון די יארצייט.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


bottom of page