top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד אדיר "כי בא אורך" לטובת בניית בית המדרש הגדול זוטשקא געשלאסן מיט אויסטערלישע סוקסעס

  • Bechatzros admin
  • 2 בדצמ׳
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

א הערליכער מעמד נרגש איז פארגעקומען דעם מוצש"ק העעל"ט דורך הונדערטער חסידים, מעריצים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ביים גראנדיעזן מעמד "כי בא אורך" לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין בני ברק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א.


דער מעמד איז פארגעקומען אינעם עלעגאנטן 'ווינישען' זאל אין פתח תקוה, וואס איז געווען פראכטפול דעקארירט און אהערגעשטעלט אויף זייער א רייכע שטייגער, לכבוד העם הנאספים.


אריינקומענדיג אין זאל איז געווען צוגעשטעלט טעימה ושתי' קלה לכל הקהל הקודש, און ספעציעלע מסדרים האבן אויפגענומען דעם ציבור בכבוד הראוי' און יעדעם געזעצט אויף זיין דעגנעזירטע פלאץ איש על מחנהו ואיש על דגלו.


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט טרעפליכע דברי פתיחה דורכן יושב ראש הרה"ח ר' משה טויסיג שליט"א וועלכע האט אין זיינע רייד ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' צו האבן א חלק לדבר מצוה מיטן אויפבויען אזא מקום קדוש, ובפרט ווען די רבי שליט"א האט זיך אנגעטראגן צו זיין א דירעקטע שותף יששכר וזבולון מיט אלע נדבנים.


איינס פון די הויכפונקטן פונעם נאכט איז געווען ווען די רבי שליט"א איז ערשינען אינעם זאל במלוא יופיו והדרו, ווען אין א זעלטענע ערשיינוג האט דער רבי שליט"א תיכף ביים אנקום אויף זיין ארט אנגעהויבן צו זאגן "ויתן לך" אנדערש ווי געוואוינט ווען דער רבי זאגט דאס תיכף נאך הבדלה בבית מדרשו.


תיכף נאכן מעמד "השפעת השפע" ואמירת ויתן לך האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן נטילת ידים אויף סעודת מלוה דמלכה.


במשך די געהויבענע שעות פונעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שיר די בארימטע "מלכות קווייער" אינאיינעם מיט די בארימטע בעלי מנגנים ר' פנחס ביכלער הי"ו און ר' אברהם מאסקאוויטש הי"ו, וועלכער האבן בטוב טעם אראפגעזונגען די ניגוני קודש פונעם זוטשקא רבי'ן שליט"א א גרויס טייל פון די ניגונים וואס זענען געווארן א נחלת הכלל ביים היימישן ציבור.


א טאפענדע שטילקייט האט געהערשט אין זאל ווען מען האט געהאט די זכי' צו הערן קולו בקודש פונעם רבי'ן שליט"א, דער רבי האט אנגעהויבן מיט שטארקע חיזוק ווערטער פארן ציבור הנאספים ארויסברעגענדיג די זכי' צו האבן א חלק מיט אזא מקום קודש, ווי די רבי האט צווישן אנדערע באטאנט אז מען רעדט נישט דא פון בויען א בנין פון מעטאלנע שטאף ווי האלץ און אייזן, נאר מען רעדט דא פון בויען די ווייטערדיגע קיום פון נשמות ישראל לקרבם לעבודתו יתברך שמו.


דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב לכל הקהל הקודש און געבענטשט אלע חשובע נדבנים ותורמים אז מען זאל זוכה זיין צו רוב שמחה וברכה און אלע ישועות.


דערנאך איז געהערט געווארן הערליכע חרוזים דורכן בארימטן בעל מנגן ומלחין ר' ישראל אדלער הי"ו, מיט פאסיגע רעיונות לרגל המאורע.


נאך די חרוזים איז דער עסקן הרב ר' ישראל פרוש הי"ו ארויף און אויסגערופן אלע חשובע נדבנים זאלן קומען אפנעמען די מתנות מיד קדשו פונעם רבי'ן שליט"א געוואנדן לויט די סדר ההתחייבות.


צום ערשט זענען ארויפגעקומען די נגידים און חסידים די התחייבות פון הונדערט טויזענט שקל האט מען אונטערגעשריבן א שטר שותפות מיטן רבי'ן שליט"א, און ערהאלטן א מתנה א העתק פונעם ארגינעלער סידור הבעל שם טוב זי"ע, בייגעלייגט מיט חתימת יד קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.


די איבעריגע חלק פונעם ציבור האט ערהאלטן א הערליכע "ברכת התורה" אריינגעלייגט אויף א הערליכע פארמאט מיט די חתימת יד קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, און געבענטשטע מטבעות לברכה ולשמירה.


עס האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד זעענדיג די ריזיגע ציבור ארויפגייענדיג אויפן בימת הכבוד אל מול פני הקודש, ווי זיי זענען זיך מקבל די ריזיגע סכומים לטובת בניית בית המדרש הגדול, און ערהאלטן די ווערדפולע מתנות הוקרות געוואנדן לויט די סדר ההתחייבות.


היסטאריע איז געבראכן געווארן ווען ביים ענדע פונעם מעמד האט מען דערגרייכט דעם פאנסטאסטישע סומע פון צען מיליאן שקל אין התחייבות. נאכן דורכגיין האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן מרוב התרגשות בשבח והודאה צום אייברשטן.


צום שלוס פונעם מעמד האט די רבי געשפילט מיט א פידל כמנהג אבותיו הקדושים לבית זוטשקא - נדבורנא, מיט א ספעציעלע ניגון דביקות וואס האט יעדן מרגש געווען.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page