אלפי ישראל אפגעהאלטן יומא דהילולא קדישא אין טשענגער ביים מופת הדור הגה"ק בעל מנוחת אשר זי"ע
- Bechatzros admin
- לפני 41 דקות
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דער שטאט טשענגער אין אונגארן האט ווידעראמאל אויפגעלאכטן, ווען זי האט זוכה געווען צו זיין דער אכסניא של תורה, און אויפנעמען די טויזנטער פוקדי ציון הקדוש פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע, דעם פארלאפענען ה' כסלו, די יומא דהילולא קדישא, וואס איז געפאלן פארגאנגענעם מאנטאג ויצא.
דער בילד ווי שווערע טויזנטער אידן שטראמען צום ציום הקדוש, די מחזה ווי פרישע גרופעס אידן קומען אן יעדע שטיק צייט און ווענדן זייערע טיט ארויף צום ציון, וויאזוי אידן וויינען זיך אויס די הערצער און בעטן איין ביים צדיק זאל זיין א מליץ יושר פאר זיי בשמי מרום און אויס'פועל'ן ישועות ורפואות, בנים ובני בנים, און השפעות טובות, האט זיך נישט אפגעשטעלט משך די גאנצע צייט פונעם די טעג ארום די יארצייט.
מאנטאג פארנאכטס, צום כניסת יום הגדול, זענען אנגעקומען הונדערטער אידן צו מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד סעודת הילולא. מען האט זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה, אהערגעשטעלט אינעם גרויסן שאטער דורך ועד הכנסת אורחים טשענגער, און מען האט פארברענגט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע אויף א שיינעם פארנעם.
אלס יושב ראש האט געדינט הרה"ג רבי אהרן זלמן יונגרייז שליט"א, ראש ישיבת סערדאהעלי, נכד בעל ההילולא, ווי ער האט צוערשט דערציילט ערשט האנטיגע מעשיות וואס ער האט פערזענליך מיטגעהאלטן ווי אזוי צענדליגער אידן זענען ארויסגעגאנגען פון טשענגער מיט וואונדערליכע ישועות למעלה מדרך הטבע.
דאן האט ער אויפגערופן דעם נואם הכבוד, הרה"ג רבי חנוך העניך טייטלבוים שליט"א, ראש ישיבת אוהל תורה אין לאנדאן, וואס האט מיט זיין לשון לימודים געהאלטן געשפאנט דעם ציבור, ארומרעדנדיג א לענגערע צייט במשנתו ותורתו פונעם בעל הילולא זי"ע און פון זיין גדלות בתורה, בעבודה און פון זיינע אויסטערלישע מדרגות בקדושה און אלע ענינים.
נאכדעם האט מען געהערט קורצע דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, נכד בעל ההילולא בן אחר בן, וואס האט אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור אלע ברכות בזכות דעם צדיק, און ארויסגעברענגט אז גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, און אזויווי בחיים חיותו האט דער צדיק משפיע געווען אלע גוטע השפעות, אזוי אויך היינט צוטאגס שטייט ער ווייטער און ער בענטשט אלע אידן וואס קומען דא מתפלל זיין אויף זיין ציון.
צווישן די רבנים שליט"א האט ספעציעל ארויסגעשיינט המקובל הרה"צ רבי שמואל בן-ששון שליט"א פון עיה"ק צפת, וואס האט זיך פערזענליך מטריח געווען צו פארן צום יארצייט קיין טשענגער.
די דרשנים האבן פה אחד ארויסגעברענגט די אומגלויבליכע און מסירת נפש'דיגע ארבעט וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט צו צושטעלן דאס פלאץ פאר די באי היכל ה', סיי פאר א גאנץ יאר און ספעציעל פאר די טויזנטער אידן וואס קומען צום יארצייט, ובראשם די ראשי העסקנים הרב ר' ברוך יונגרייז שליט"א און הרב ר' משה יחזקאל מייזליש שליט"א נכדי רבינו, וואס שלאפן נישט קיין נעכט און לייגן אריין אסאך שעות צו זיכער מאכן אז אלעס ווערט געטון און ווערט באגלייט על צד היותר טוב.
בעת רצון, כחצות הלילה, איז דער גאנצער ציבור ארויף צום ציון הקדוש און אינאיינעם אויסגעזאגט תהלים און איינגעריסן פאר גאנץ כלל ישראל, פאר אלע ישועות ורפואות. עס איז גיעווען א מחזה נורא צו זען ווי דער אוהל הקדוש און דער גאנצער שטח ארום איז געפאקט פון הונדערטער אידן, וואס גיסן זיך אויס די הערצער מיט השתפכות הנפש בזכות הצדיק.
פון פארדעם און פון נאכדעם, משך די גאנצע נאכט, זענען כסדר אנגעקומען קבוצות, אידן מכל קצווי תבל האבן געשטראמט אן אויפהער, און געקומען מתפלל זיין, להפקד בדבר ישועה ורחמים.
פארנאכטס האט מען געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וואס איז אנגעקומען אינאיינעם מיט די פמליא הנכבדה מתלמידיו וחסידיו צו מתפלל זיין ביים ציון הקדוש, ווען דער רב שליט"א האט אויסגעזאגט ספר תהלים בהתעוררות רב, און דערביי האט מען דערמאנט די נעמען פון די נדבנים וואס האבן געהאלפן צושטאנד ברענגען די הילולא קדישא.
דורכאויס דעם טאג, איז פארגעקומען דער מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה וואס ווערט יעצט געבויעט מיט אלע הידורים, בראשות די רבנים שליט"א אינאיינעם מיט די חשובע נדבני המקוה.
עס האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, וואס האט דערמאנט די בקשה וואס דער בעל ההילולא זי"ע האט פארלאנגט איידערן אננעמען דאס רבנות דא אין טשענגער — אז ער וויל האבן דא א ווארעמע מקוה. און יעצט האט מען די זכי' למלאות רצון קדשו, באותו מקום, און דער זכות וועט אודאי ביישטיין פאר אלע נדבנים און די וואס נעמען אנטייל.
טראץ דעם וואס דער בנין ביהמ"ד החדש אין טשענגער איז ליידער פארברענט געווארן אין א שריפה וואס האט אויסגעבראכן עטליכע טעג איידער די יארצייט, איז אלעס געווען צוגעשטעלט אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם. אין דעם צוגעשטעלן שאטער איז נאכאנאנד פארגעקומען די מנינים פאר אלע תפילות, שחרית מנחה און מעריב, באגלייט מיט מילי דטעימה פאר די הולכי דרכים וואס האבן זיך מחי' געווען מיט עפעס צו נעמען אין מויל.
א ספעציעלער שאטל איז געווען צוגעשטעלט, וואס האט געטראגן און געברענגט דעם ציבור פונעם בנין הכנסת אורחים צום אוהל הקדוש, וואס איז א היפשער מהלך, און עס האט זייער פארגרינגערט פאר די טויזנטער פוקדי הציון, צווישן אלע אנדערע איינריכטונגען, ווי דער קוויטל שאטער, פלאץ צו צינדן לעכט, און אלע אנדערע צוגעהערן.
אזוי אויך איז דער הייליגער "סידור המסוגל", אין וואס רביה"ק בעל ההילולא זי"ע האט שופך שיח געווען און אויבסגעבעטן ישועות פאר אידן, וואס ער האט נאך באקומען מידי קדשו פון הרה"ק רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע, איז צום ערשטן מאל זינט די ביטערן חורבבן געווען אין שטאט טשענגער, ווי אידן האבן אריינגעלייגט קוויטלעך און מתפלל געווען אינעם סידור המסוגל לישועה בזכות די הייליגע תפילות פונעם צדיק.

























