שאקירנדע ארסאן פייער שעדיגט היסטארישן קלויז אין סאדיגורא - אוקריינע
- בחצרות הקודש
- לפני 29 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

די חסידישע וועלט האט היינט אויפגענומען מיט שאק די נייעס איבער א שווערע ארסאן פייער אינצידענט וואס האט באטראפן דעם נאסטאלגישן קלויז אין שטאט סאדיגורא אין אוקראיינע, בית מדרשם פון צדיקי בית סאדיגורא זי"ע, סמוך ונראה למקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע.
די שרעקליכע וואנדליזם האט זיך אפגעשפילט נעכטן נאכט בשעת די חתונה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א וועלכע האט ווי באקאנט אויפגעטוהן גדולות ונצורות איבערצובויען דעם הייליגן קלויז און היטן אויף די קדושת המקום.
לויט די באריכטן איז די שריפה געווארן אונטערגעצינדן דורך א צורידערטע פארשוין וועלכע האט אריינגעדרונגען אין בית המדרש נאך וואס דער שומר האט פארלאזט דאס קלויז, די פאליציי איז אין א איילעניש אנגעקומען צו דער סצענע, און האט באוויזן צו כאפן דעם פארשוין, און בחסדי שמים האט די שוהל זעלבסט געליטן בלויז מינימאלע שאדנס, און נאר די בימה איז פארניכטעט געווארן אינעם שריפה.
פון א ערשטע אויספארשונג דיינט אז דער פארשוין האט שוין פריער, א חודש בעפאר די אטאקע, פרובירט אונטערצודינדן א לאקאלע בית תיפלה להבדיל.
די אידישע געמיינדע אין סאדיגורא - טשערנאוויץ האט ערקלערט די געשעניש אלס א ווייטאגליכע פאל, זייענדיג אזא מקום קדוש וואס איז נערץ ונקדש אינעם עולם החסידות, און האבן פארשפראכן צו נעמען שטרענגע זיכערהייט מאסנאמען, צו פארזיכערן דער קדושת המקום פונעם היסטארישן ביהמ"ד.







