top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לקיים בנו חכמי ישראל: הגה"צ אבד"ק יאזלאוויץ שליט"א אריינגעפירט אין שפיטאל צוליב שווערע אינפעקציע

  • sfbechatzros
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני יומיים

זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די נאכט מוצאי שבת קודש איז הגה"צ רבי משה מאיר לעדערמאן שליט"א אבד"ק יאזלאוויץ וראש ישיבת טל תורה אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א ערנסטע געזונט צושטאנד צוליב א שווערע אינפעקציע וואס האט באטראפן דעם רב שליט"א.


דער רב שליט"א האט געליטן שווערע יסורים אין לויף פון שבת, און שפעט ביינאכט מוצאי שבת איז ער אריינגעפירט געווארן דורך די חברה הצלה צו די מיימאנידיס שפיטאל אין בארא פארק פאר באלדיגע אונטערזוכונגען. וואו עס שיינט ליידט דער רב שליט"א פון א שווערע אינפעקציע אין די בלוט וואס האט זיך ליידער צושפרייט אינעם קערפער און דארף דרינגענד באהאנדלט ווערן.


אידישע קינדער זענען מתפלל לרפואתו השלימה, הרב משה מאיר בן פרומא בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.



bottom of page