קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- בחצרות הקודש
- לפני שעה
- זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש
האדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג איז מעיין אין א ספר פארנט פון ביתו נאווה קודש דעם ערב שבת ווארטנדיג אויף א קאר קיין בארא פארק וואו די רבי האט געוויילט שבת.

די וואך בשעת'ן באזוך פון חברי הנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס בבית האכסניא פון האדמו"ר מסאטמאר אין ירושלים, האבן זיי מכבד געווען דעם רבי'ן מיט די זכי' אריינצושריבן חתימת יד קדשו אין דעם היסטארישן הקדשה ביכל לטובת הכולל וואס אנטהאלט אין זיך פילע הקדשות פון צדיקי הדורות נבג"מ ובראשם הרה"ק משינאווא זי"ע.

האדמו"ר מסאטמאר באטראכט אן אתרוג פושקע פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע ביים באזוך די וואך בבית הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים.

הרה"ח הישיש ר' לייבל סטעמפל הי"ו מזקני חסידי באבוב אין לאנדאן ביים תיקון אין ביהמ"ד לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, דערציילט איבער די מידת האמת פונעם בעל ההילולא.
דער איש החסיד ר' שי' גראוכער הי"ו בקודש פנימה ביי האדמו"ר מפינסק קארלין די וואך.

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא קאמוניקירט בכתב מיטן משגיח הגאון רבי דן סגל ביים מסיבה לנגידים לטובת דער קרן עולם התורה אין שטאט בני ברק.
דער טאלאנטפולער בדחן ר' אברהם מרדכי שווארץ הי"ו ביים מהנה זיין מיט גראמען ביים ויעדת הוקרה פאר נגידי בית צאנז, סמוך ונראה צום מקום המקדש אין ירושלים.
הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א ביים דאווענען מנחה אין עירפארט אויפן וועג קיין ארץ ישראל.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א באזוכט היינט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות.

העסקן ר' מאטי בבציק הי"ו ביים מקבל פנים זיין האדמו"ר מסאטמאר, אנקומענדיג אינעם לוד לופטפעלד, נאכן זיין בייהילפיג מיט די נויטיגע פערמיטן אין לופטפעלד.

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א אין א באגעגעניש מיט האדמו"ר מסטאניסלאוו ביים כותל המערבי פאריגן מוצאי שבת.

האדמו"ר מקאסוב וויזניץ ווערט געזעהן אין ר' ישעי'לעס גאסט הויז אין קערעסטיר בעת א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע די וואך.

דער פריוואטער פליגער פון האדמו"ר מסאטמאר ביים דערגרייכן דעם לוד לופטפעלד דעם מאנטאג נאכמיטאג.
ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א איז זיך משתתף ביים שמחת הווארט פון די כלה א טאכטער פון נאמן ביתו הרב דוד שפירא הי"ו אין בני ברק.

הרה"צ רבי דוד טווערסקי אבד"ק ראחמיסטריווקא ירושלים באזוכט בבית מדרשו פון זיין שוואגער האדמו"ר מסקווירא מאנסי בעת זיין באזוך פאריגע וואך אין ניו יארק.

האדמו"ר ממעזיבוז באזוכט אין א תפילין פאבריק אין בני ברק לקראת די בר מצוה פון בנו הב' משה ני"ו די קומענדיגע וואך.

הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט באגריסט זיך מיט דודו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א ביים דינער די וואך אין בארא פארק לטובת כולל שומרי החומות.

האדמו"ר מסאדיגורא איז מעיין אין א ספר איידערן מסיבה מפוארה לנגידים לטובת דער קרן עולם התורה אין שטוב פון מקורבו הנגיד ר' ישכר קנאלל הי"ו אין בני ברק.

כעבדא קמיה מריה: העסקן הרב אפרים שטערן הי"ו מראשי הנהלת העדה החרדית ויושב ראש מפעל עונג שבת ויום טוב ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר אינעם לוד לופטפעלד.

גאב"ד מאקאווא באזוכט די וואך אין שטוב פון תלמידו הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי, בן האדמו"ר מפאפא.

אלפי חסידי בעלזא אויפן בית החיים העתיק אין טבריה ביים עלייה לציון הק' פון הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצוק"ל אין שפיץ פון בנו האדמו"ר מבעלזא.
דער משמח אלוקים ואנשים ר' יאנקעלע קארנבליט מיט א לייוו באריכט פון די הכנות צו שבת תולדות אתרא קדישא מירון.
הרב אליעזר ווינד הי"ו משב"ק האדמו"ר מבעלזא ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר ביים באזוך די וואך.

שיין פון בילד פון האדמור"ים מדזיקוב וויזניץ און שאץ דראהביטש ביי תפילת שחרית אין אתרא קדישא מירון.

סאטמארער אידן ביים כינוס שלוחי חב"ד דעם זונטאג, הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער, דער בעל מנגן ר' דובי מייזעלס און הנגיד ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו.

נאך פונעם כינוס השלוחים, ר' מרדכי האכמאן הי"ו פון די כלל מידיע שטאב אין א שמועס מיט הרה"ח ר' יודל קרינסקי הי"ו מזכיר ביים ליובאוויטשער רבי'ן.

הגה"צ רבי יעקב הורוויץ אב"ד זרע קודש ור"י בית מאיר באזוכט ביי האדמו"ר מבית חיים יהושע.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א מערקט "קרישקעס" אינעם לופטפעלד כאחד האדם, אונטערוועגנס אויף א נסיעה קיין אייראפע למקומות הקדושים און דערנאך קיין ארץ הקודש.

באגעגעניש ביים כינוס השלוחים אין קראון הייטס צווישן דער הויפט רב פון רוסלאנד הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א און המחנך הרב לייבוש ליש. אינעם הינטערגרונד ווערט געזעהן המשפיע הרה"ח ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו.

עטליכע אידישע טשאפלעינס וואס דינען אין די אמעריקאנער מיליטער, באמערקט ביים כינוס השלוחים די וואך.

גאב"ד מאקאווא ביים אראפשטייגן דעם פליגער אנקומענדיג אויפן באזוך אין ניו יארק לטובת מוסדותיו.

די שיירה פון האדמו"ר מבעלזא ביים אנקומען קיין טבריה צום ציון פון הגה"ק מבולגרייא זצ"ל לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם זונטאג.
דער פאטאגראפירער ר' אבי סורקיס הי"ו געזעגענט זיך פון רבו האדמו"ר מראחמיסטריווקא נאכן געהויבענעם שבת אין די ארמון האטעל געאייגענט פאר די בוגרי הישיבה.

האדמו"ר מפיטסבורג באשיינט דער מסיבת לגומרה של תורה דורך כולל דברי אש פארגעקומען אין שטוב פונעם מקורבו הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו פטרון הכולל.
האדמו"ר מראחמיסטריווקא ווערט געזעהן אין די ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט מלובש מיט די טלית ותפילין.
האדמו"ר מסטריקוב אין שטוב פון הנגיד ר' איזי מיללער אין טאראנטא וואו די רבי האט אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה מוצאי שב"ק.
שיין בילד פון המקובלים המפורסמים הגה"צ רבי גמליאל ריבינוביץ שליט"א און הרב נפתלי פרידמאן פון מירון אין א פייערדיגן ריקוד פאריגן מוצאי שבת אויפן דאך פונעם ציון הק' אין מירון.

הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בנו הצעיר פון האדמו"ר מסקווירא ביים באטראכן דער לוח מודעות אין מתיבתא מאור יוסף ד'שיכון סקווירא.

טויזנטער שלוחי חב"ד שטעלן זיך צום טראדיציאנאלע בילד פארנט פון 770 איסטען פארקוועי ביים יערליכן כינוס השלוחים אין קראון הייטס.

האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיט ש"ב הרה"צ ר' מענדיל האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי אינעם לופטפעלד אין גריכנלאנד עם אם הדרך קיין ארה"ק.

האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא ביי קבלת קהל דורך זום, וויילנדיג אין די מרחקים אויף וואקאציע.

האדמו"ר מלעלוב איז מנחם אבל בבית האבלים ביי די קינדער פון הרה"ח ר' יעקב דוד ברים ז"ל מחשובי חסידי באיאן בני ברק, צווישן זיי האברך החשוב ר' שמעון ברים הי"ו וואס איז א קרוב מיטן רבי'ן.

סאטמארער חסידים באגלייטן ארויס רבם ומאורם האדמו"ר מסאטמאר פאריגן מוצאי שבת, אויפן וועג צום מסע הקודש אין ארץ ישראל.
באגריסונגען דורך מערערע קהילות הקודש און ארגוני חסד לכבודו פון האדמו"ר מאלעסק ארה"ק וועלכע האט זיך אין די יעצטיגער טעג ענדגילטיג אריבערגעצויגן צו די רמה ד' געגענט אין בית שמש.

הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא וחתן האדמו"ר מוויזניץ באזוכט ביי זיין דאפלטן פעטער האדמו"ר מסאטמאר איינצולאדענען צו די חתונה פונעם יונגסטן קינד וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך.

האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא ווערט געזעהן בנאות דשא אין מיאמי זייענדיג פארטיפט אין לערנען.
האדמו"ר מצאנז באזוכט אין שטוב פון שלוחי דרבנן הרב מאיר פרוש אין ירושלים וואו די רבי איז געגאנגען אין מקוה לכבוד שב"ק זייענדיג צוגאסט אויף שבת בקרתא דשופריא לכבוד די שבת "עתיקא קדישא" מיט די נגידים.

די בחורי חמד אייניקלעך פון האדמו"ר מצאנז האט "קרישקעס" באמערקט דעם ערב שבת ביים קבר רחל אמנו, אין ראם פונעם שבת "עתיקא קדישא" פאר נדיבי צאנז אין עיה"ק ירושלים.

ביים גייסטרייכן נסיעה פאר תומכי קופת "רפואה" דחסידי גור אין שטאט פראג מערקט "קרישקעס" הרב מענדיל אלתר נכד האדמו"ר מגור אינאיינעם מיטן שלוחי דרבנן הרב יצחק גאלדקאנפף הי"ו.

האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג ווערט געזעהן אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו, אינעם הינטערגרונד ווערט געזעהן הב' זרח לעמבערגער ני"ו זוהן פון גאב"ד מאקאווא.

דער בארימטער חזן ר' ישראל אדלער הי"ו מערקט "קרישקעס" ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר אינעם רבינס אכסניא אין ירושלים.

תורתך קבע: הרב יואל ווייס הי"ו מנאמני ביתו פון האדמו"ר מסאטמאר מערקט "קרישקעס" אינעם לופטפעלד אויפן וועג קיין ארה"ק ביים אריינכאפן זיינע טעגליכע שיעורים.

האדמו"ר מסאטמאר באגריסט זיך מיט הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר ביד"ץ העדה החרדית ביים מסיבת קבלת פנים אינעם לשכת הביד"ץ.

אין א רייע סאטמארער בתי מדרשים האט מען מפרסם געווען א ספעציעלער איינשטעל פאר די נשים צדקניות אויף מוצש"ק, ווען מען וועט מאכן "הבדלה" ברבים, מוציא צו זיין די פרויען וואס האבן נישט פון וועמען צו הערן הבדלה.

מוסדות יטב לב ד'סאטמאר (מהרי"י) ביים מקבל זיין פנים זיין בברכה די נדיבים בעם פונעם ריזן בנין החדש והמפואר בנין רבינו יואל, וועלכער זענען אין די יעצטיגע טעג אנגעקומען קיין ארץ ישראל צום מסע הקודש פון האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו ווערט געזעהן אינעם גיגאנטישן שאטער ביי מתחם שנעלער ביים איבערגיין די פרטי המעמד פון היינט דאנערשטאג אינאיינעם מיט ר' מאטי רבינוביץ פון טיפ פראדאקשענס.

די מאסיווע אפעראציע אינעם קאך אין אתרא קדישא מירון וואו מען גרייט צו טויזנטער פארציעס און מאכלי שבת פאר די אלפי חסידי סאטמאר וואס וועלן וויילן שבת אויפן הר הקודש מירון, אנגעפירט דורכן קעכער ר' יצחק פאטאש פון מענדי'ס אין צפת.
די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען דורך די טריפל בי פראדאקשענס פירמע צום מעמד 'כולנו שותפים' וואס איז אפגעהאלטן געווארן דעם זונטאג אינעם גיגאנטישן וועסטשעסטער קאונטי סענטער אין ניו יארק.
האדמו"ר מסאטמאר איז זיך מתעטף בטליתו איידערן אויפטרעטן מיטן דיעור פלפול אין כולל שומרי החומות.

די דריי געוועזענער הויז בחורים בחצר הקודש סאטמאר רייזן אפ קיין ארה"ק מיטצוהאלטן דעם היסטארישן שבת מיט האדמו"ר מסאטמאר בצל התנא האלוקי רשב"י אין מירון.

הרב וואלף רייכבערג מראשי ק"ק באבוב 45 ביים ארומווייזן העסקן ר' יצחק ברוך שפיטצער אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 אין בארא פארק.

שידוך שליסן למזל טוב פון די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא, מיט החתן א זוהן פון הרב אשר זאבעל שליט"א זוהן פון הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א רב ביהמ"ד בית דוב אין קרית יואל.

מערערע מניני מנחה דורך סאטמארער חסידים אינעם JFK לופטפעלד, איידערן אפפליען אויף שבת תולדות קיין מירון.
אין די אנגייענדע הכנות צום גרויסן שבת מירון איז אין די לעצטע טעג געווען דאס געשפרעך ביים ציבור, די היימישע אטמאספערע וואס מ'האט שוין געשפירט נאך איידערן אנקומען אהין, זעענדיג די מאפע פונעם מושב מירון, אויסגעשטאט מיט היימישע נעמען רחוב דברי יואל, רחוב ברך משה, רחוב לב אהרן און נאך, וואס וועט פארגרינגערן פארן ציבור זיך אויסצוקענען מיט די אומבאקאנטע גאסן אויפן בארג.

נעכטן בעת דער דער ראש המצילים הרב ר' שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויועץ האט באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, האט ער איבערגעגעבן דעם טעלעפאן פארן ראש הישיבה וואו אויפן אנדערע זייט טרייבל איז געווען אן אסיר ציון, וועלכע שמאכטעט ליידער אין טורמע פארן איינציגן חטא פארן וועלן לערנען תורה, די ראש הישיבה האט דערביי מחזק געווען דעם גיבור החיל און ווארעם אנגעוואונטשן.



