top of page
האד' מוויזניץ שרייבט אונטער אויף 'מצוה צעטיל' פון אור אייניקל נאכן פארהערן לימודי ת"ת
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אינדערפרי האט איינע פון די מלמדים פון תלמוד תורה וויזניץ אשדוד ערהאלטן א איבערראשענדע מצוה צעטיל פון איינס פון זיינע תלמידים, אן אור אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפו"ש, וואס איז געווען אונטערגעשריבן בחתימת יד קדשו פון זיין עלטער זיידע דער וויזניצער רבי ווי ער איז מעיד אויף דעם הצטיינות פון זיין באליבטן אייניקל נאכן אים פארהערן אויף גאנץ מסכת ברכות. ווי שוין איינגעפירט אין אלע דורות, קומען די קינדער אין חדר נא


אלפי ישראל וועלן זיך מיטפרייען ביי סעודת הודאה פון צדיקי בית סקולען בחצר הקודש סקולען מאנסי
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי שמחה גרייטן זיך אלפי תושבי ניו יארק און בפרט תושבי מאנסי והגלילות אפצוגעבן א שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים בהצלת צדיקי בית סקולען זצוק"ל, ביי די גרויסארטיגע סעודות הודאה וואס וועט אפגעראכטן ווערן בחצר הקודש סקולען אין מאנסי. דער זמן פון "מוצאי שבת נחמו" גייט שוין יארן לאנג סינאנים ביי חסידים ואנשי מעשה, מיטן נאמען "סקולען" זייענדיג די גורל'דיגע נאכט ווען דער ראש השושלת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצוק"ל


תושבים פון נייעם ישוב אין עמנואל מיטגעהאלטן יסודות'דיגע שיעור בהנהגת הבית איבערגעגעבן דורך האד' מסקולען ירושלים
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN די איינוואוינער פונעם אויפבליענדן חסידישן ישוב אין דער שטאט עמנואל האבן פארגאנגענעם ליל שישי מקבל געווען פני כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטעטל איבערצוגעבן די בארימטע שיעורים בהנהגת הבית היהודי. דער באזוך איז געקומען נאך א ספעציעלע בקשה מצד די רבני העיר און די פילע תושבים, וואס האבן ארויסגעקוקט צו הערן די קלארע דיבורים והדרכות פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער איז באקאנט מ


האד' מסקולען לעיקוואד באזוכט אין אכסניא פון האד' מקאלוב אין שטאט לעיקוואד
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג איידער כ''ק האדמו''ר מקאלוב שליט''א לרפואה שלימה האט פארלאזט לעיקוואד, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן אין די אכסניא בבית חתנו הגה"צ אבד"ק שמן למנחה נאדפאלי שליט"א, כ''ק האדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס בעניני רפואה, און דערביי האט דער סקולענער רבי ארויסגעהויבן די פעולות לטובה פונעם קאלובער רבי'ן שליט"א איבער דער גאנצער וועלט צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים


אלפי חסידי צאנז אין שפיץ פון האד' מצאנז פראטעסטירן פארנט פון טורמע 10 קעגן ארעסטן פון צאנזער חסידים
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין א קידוש שם שמים מסוף העולם עד סופו האט אפגעהילכט ביי דער היסטארישער און מאכטפולער מחאה אדירה, ווען טויזנטער חסידי צאנז, זקנים עם נערים, זענען ארויסגעקומען אין די מאסן מוחה זיין קעגן די גזירות הגיוס, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא – ווען בראש קהל המוחים האט זיך פערזענליך משתתף געווען דער מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א. די מאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען פארנט פון די חומות פון דער מיליטערישער תפיס


טויזנטער וועלן פייערן מעמד הודאה מוצאי שבת נחמו אין די קאנטרי בצל האדמור"ים מסקולען פון וומסב"ג און לעיקוואד
מוצאי שבת פ' דברים • ד' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות של שמחה רישן זיך פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי מיטצולעבן דעם כינוס הודאה רבתי לרגל יום הצלה והשחרור פון אדמור"י בית סקולען זי"ע, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גאר געהויבענעם און גרויסארטיגן פארנעם דורך ממשיכי דרכם בקודש כ"ק האחים האדמור"ים מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג און לעיקוואד אין די גיגאנטישע "עטרת ווערטהיימער" זאלן אין די קעטסקילס ראיאן. עס ליגט נאך גוט


האד' מראחמיסטריווקא באזוכט ביי האד' מקאשוי אין מחנה ברכת שמים קאשוי אין אלסטערהייטס
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


משם תצא הוראה: הערליכע מעמד התמנות פאר צוויי נייע דיינים אין ק''ק מאחנובקא בעלזא בית שמש
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינעם מעמד התמנות איז פארגעקומען דעם דינסטאג אויפדערנאכט אין ק"ק מאחובקא בעלזא אין בית שמש, וואו עס זענען אויפגענומען געווארן צוויי נייע דיינים, הלא המה הרה"ג ר' יודא משה וועצלער שליט"א און הרה"ג ר' שלום שמוטץ שליט"א, וואס זענען אויסגעקליבן געווארן לעמוד ולשרת בקודש אין די בליענדע קהילה אין שטאט בית שמש. דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיט א סעודת ראש חודש און סיום מסכת מנחות אין ראם פון חברת "הוגי תורה" דחסידי מכנובקא בעלזא, א


מעמד לחיים און סיום משניות ככלות השלושים לפטירתו פון הגה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל בן האד' מוואסלוי וחתן האד' מבוהוש
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ככלות השלושים נאך די פריצייטיגע פטירה פון פרי עץ חיים הגה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל, רב בית המדרש וואסלוי אין בני ברק, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, איז נעכטן דינסטאג אפגעהאלטן געווארן א מעמד לחיים און סיום משניות לעילוי נשמתו בבית מדרשו פון אביו כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, וואו דער חשוב'ער נפטר האט געדינט אלס רב רבות בשנים, ובהשתתפות פון זיין שווער כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א. אנהייב


מאסיווע קאנסטרוקציע צו פארגרעסערן און פארשענערן ביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר אויף אוהעל קט. אין קרית יואל
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפונט זיך אויף אפרוה אין ניו העמפשיר, איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע רענאוואציע פראיעקט במעון הקודש פון אדמור"י בית סאטמאר אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, וואס ווערט פארגרעסערט און פארשענערט צו קענען אקאמאדירן דעם כסדר'דיגן פלייץ פון אידן וואס קומען אהין מקבל צו זיין עצה וברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. די דירה איז געבויט געווארן דורך די הנהלת הקהלה דקהל יטב בקרית יואל, און איז באנייט געו


בהיכלו דרשב"י: האד' מפינסק קארלין אויף שבת אין אתרא קדישא מירון
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אפ"ק


אויסגאבע טישל • פרשת דברים
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


יארצייט סעודה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצ"ל אין ירושלים אין שפיץ פון האדמור"ים לבית זוועהיל
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם זונטאג (דברים) ז"ך תמוז איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצוק"ל, לכבוד די יארצייט איז ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא אנגעקומען קיין ארץ ישראל וואו די רבי שליט"א האט כמידי שנה בשנה אפגעראכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו של בעל ההילולא אין די רמת שלמה געגנט אין ירושלים, עס האט זיך אויך משתתף געווען ביים סעודה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אר


זעלטענע כתב יד פונעם בעל "מגן אברהם" מבית גנזיו פון האד' מראחמיסטריווקא וועט ערצייגט ווערן ביים היכלות פארשטעלונג
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג ווען שלומי אמוני ישראל בארצינו הקדושה גרייטן זיך מיט גרויס שפאנונג צו דער גראנדיעזער "היכלות" פארשטעלונג אין די גיגאנטישע בנייני האומה אין ירושלים, קומט אריין די נייעס איבער אן אומשאצבארער היסטארישער אוצר, וואס די ראשי המארגנים האבן נעכטן ערהאלטן בעת א ספעציעלן באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. ווי שוין ברייט באריכטעט, טוען די ארגאניזירער פונעם פארשטעלונג — אין שפיץ פונעם באקאנטן חוקר ומומחה אי


גלה כבוד מישראל: הגה"צ חו"פ רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל ראש ישיבת תפארת משה נפטר געווארן
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און באדויער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פלוצלינג'דיגע פטירה פון דעם גרויסן גאון ומרביץ תורה, הגה"צ חו"פ רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל, ראש ישיבת תפארת משה ואבד"ק סגולת ישראל אין מאנסי, וועלכער איז נפטר געווארן היינט אינדערפרי אין עלטער פון 80 יאר, נאכן ליידן פון א מאסיווע הארץ-אטאקע זייענדיג אויפ'ן וועג אין ישיבה. דער ראש הישיבה זצ"ל איז געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע התמדה וגאונות בתורה, זיין עבודת


הערליכע שמחת התנאים בחצרות תולדות אברהם יצחק - קרעטשניף - לעלוב געפראוועט אין הר יונה
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א גרויסן צאל חסידים ואנשי מעשה האבן היינטיגן מאנטאג מיטגעהאלטן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א זון פון הרה"צ רבי יוחנן שטערן שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א טאכטער פון בן זקוניו הרה"צ רבי ישכר בעריש קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק הר יונה איידעם פון כ"


תורה מפיהו: שמחה עצומה במעונו פון ראש ישיבת בריסק ביים איבערגעבן ערשטער שיעור נאך הפסק פון צוויי חדשים
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש א תורה'דיגע פלאקער און שמחה'דיגע אויר האט ארומגעהילט מעון תורתו פון הגאון האדיר ר' אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, ביים איבערגעבן א חריפות'דיגן שיעור בסוגיא הישיבה נאך א צייט אפשניט פון צוויי חדשים וואס דער ראש ישיבה האט נישט געקענט איבערגעבן דעם שיעור קבוע צוליב'ן שווערן מצב הבריאות. ווי באריכטעט קומט דער ראש ישיבה בחסדי שמים צוריק צו די כוחות, נאכ'ן דורכגיין די שווערע געזונט צושטאנד די לעצטערע וואכן, און דער


ירושלים: שמחת הברית בבית דושינסקיא - מאור חיים - שומרי החומות
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN די וואך זונטאג איז פארגעקומען אין ירושלים די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא א זון פון זיין איידעם הרב אלעזר ארנסטר זון פון הרה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים שליט"א, דאפלטע אור אייניקל פון הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, די שמ


קומי רוני בלילה: האד' משבט הלוי ביי תיקון חצות אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתו
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה טוט כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א אפרעכטן "תיקון חצות" יעדן טאג פון די ימי בין המצרים, כמנהג החתם סופר ותלמידיו, אין די ישיבה הגדולה שבט הלוי אין בני ברק, וואו א גרויסער ציבור חסידים באטיילגט זיך טאג טעגליך. נעכטן זונטאג האט דער רבי אפגעהאלטן דעם מעמד תיקון חצות אין ירושלים עיה"ק, וואו תלמידי וחסידי שבט הלוי תושבי ירושלים האבן זיך צוזאמענגעקליבן אין בית המדרש, צו קלאגן אויפן חורבן הבית, זכו


בני ברק: שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי האד' מלעלוב
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, א זון פון זיין זון הרה"ג ר' מרדכי אלעזר בידערמאן שליט"א איידעם פון הרה"ג ר' אברהם מקובצקי שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד לעלוב אין די שיכון ה' געגנט אין בני ברק.


bottom of page
