תורה מפיהו: שמחה עצומה במעונו פון ראש ישיבת בריסק ביים איבערגעבן ערשטער שיעור נאך הפסק פון צוויי חדשים
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א תורה'דיגע פלאקער און שמחה'דיגע אויר האט ארומגעהילט מעון תורתו פון הגאון האדיר ר' אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, ביים איבערגעבן א חריפות'דיגן שיעור בסוגיא הישיבה נאך א צייט אפשניט פון צוויי חדשים וואס דער ראש ישיבה האט נישט געקענט איבערגעבן דעם שיעור קבוע צוליב'ן שווערן מצב הבריאות.
ווי באריכטעט קומט דער ראש ישיבה בחסדי שמים צוריק צו די כוחות, נאכ'ן דורכגיין די שווערע געזונט צושטאנד די לעצטערע וואכן, און דער מצב ווערט ב"ה בעסער פון טאג-צו-טאג, און היינט איז געקומען די פריידיגע בשורה פאר די תלמידי הישיבה, אז דער מצב ערלויבט שוין צו קענען איבערגעבן דעם טעגליכן שיעור הישיבה.
לויט'ן ראט פון די דאקטוירים איז פאר די גיכע ערהוילונג פונעם ראש הישיבה נישט געאייגנט שוין צו קענען ארויסגיין פון שטוב און אריבערגיין אין ישיבה איבערגעבן דעם שיעור, דעריבער איז באשטימט געווארן אז דער ראש ישיבה וועט איבערגעבן דעם שיעור אין שטוב.
זייענדיג געענגט אין פלאץ איז דער שיעור באשטימט געווארן נאר פאר די בחורים תלמידי הישיבה, און נישט פאר די יונגעלייט לומדי הישיבה.
בחדוותא דאורייתא האט דער ראש ישיבה משמיע געווען דעם טיפזיניגן שיעור אין די סוגיא וואס מ'לערנט יעצט אין די ישיבה, ווען עס האלטן מיט די פילצאליגע תלמידים וואס שטייען צונויפגעפרעסט לשמוע דברי תורה.
היות דער ראש ישיבה קען נאכנישט ארויסגיין פון שטוב, האט ער זיך נישט געקענט משתתף זיין ביי די שמחת בר מצוה פון אן אייניקל וואס איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט, און נאך די שמחה איז דער חתן הבר מצוה מיט זיינע עלטערן ארויף צום ראש ישיבה אין שטוב, איבערזאגנדיג דאס פשט'ל, און דער ראש ישיבה האט געוואונטשן.
לויט'ן פלאן וועט דער ראש ישיבה ארויספארן אויף אפרו, אויף די יעצטיגע בין הזמנים וואכן אינעם עולם הישיבות, וואו ער וועט זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות און זיך גענצליך ערהוילן בעז"ה לאיתנו הראשון, און צום נייעם אלול זמן וועט דער ראש ישיבה צוריק ערשיינען ביני עמודי דגירסא און מיטהאלטן די קביעות'דיגע סדרי הישיבה כמימים ימימה.

