top of page
האד' מסאדיגורא ארויסגעפארן קיין אנטווערפען אויף יום טוב פסח טראץ מלחמה צושטאנד; חלוקת מצות כמידי שנה בשנה
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה איז כ''ק האדמו''ר מסאדיגורא שליט''א ארויסגעפארן קיין אנטווערפען וואו דער רבי וועט פראווענען דעם יו''ט פסח הבא עלינו לטובה ביים שווער הגה''צ רבי אשר חיים שטערנבוך אבד"ק אהל יעקב ודומ''ץ מחזיקי הדת אנטווערפען. צוליב די פליגער צוימונגען אין די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל אין שאטן פונעם אנגעצויגענעם מלחמה צושטאנד, זענען אלע פליגערס קיין בעלגיע אפגערופן געווארן, און נאכן באטראכטן פארשידענע אלטערנאטיווע וועגן, איז געלונגען


לאנג איילענד: מעמד הקמת מציבה על קברו פון הגה"צ גאב"ד פאלטישאן זצ"ל בראשות בניו וחתניו הרבנים
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג איז געשטעלט געווארן די מציבה על קברו פון הגאון הצדיק המפורסם כ"ק גאב"ד פאלטישאן, הרה"צ רבי מרדכי שטיין זצ"ל, שריד לדור דעה ומגדולי מעתיקי השמועה, וועלכער איז נפטר געווארן פארלפאנעם יאר שביעי של פסח ומנוחתו כבוד אויפן בית החיים אין לאנג איילענד. עס האבן אנטייל גענומען די זרע ברך ה', די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א ובראשם בנו הגה"צ הגה" גאב"ד פאלטישאן שליט"א, און צענדליגער אייניקלעך און איר אייניקלעך בליע"ה. מען ה


תֹּאכְלוּ מַצּוֹת • המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים מצות באקן
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר כמידי שנה בשנה איז המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אנגעקומען באקן מצות אין די מסורת המצות בעקעריי אין בני ברק וואו ער האט עוסק געווען אין די אפיית מצות מיט וואס דער משפיע באזונצט זיך יום טוב און פארטיילט פאר נצרכים, נאכן מצות באקן האט דער משפיע ווארעם אנגעוואונטשן האחים שווארץ די אייגנטומער פונעם בעקעריי.


בפרוס חג הפסח: האד' מסקולען אנגעקומען באקן מצות אין קרית צאנז נתני'
זונטאג פ' צו • י"א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז כ"ק האדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א אנגעקומען קיין קרית צאנז נתני' וואו די רבי שליט"א האט כמידי שנה בשנה געבאקן די מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט. ביים אנקומען קיין קרית צאנז האט דער רבי צוערשט געדאווענט מעריב אינעם מושב זקנים וואו דער רבי האט אויך באזוכט ביי עטליכע באקאנטע צווישן זיי הרה"ח הישיש ר' אהרן קליינמאן הי"ו וואס איז געווען א שכן טוב פון די צדיקים לבית סקולען אינדערהיים אין ראמעניע און האט דערציילט שיינע זכר


אויסגאבע טישל • ליום טוב פסח
זונטאג פ' צו • י''א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א מערקט "קרישקעס" ביים ארומגיין צוזאמקלויבן נדבות פאר קמחא דפסחא צווישן די מניני שחרית אין ביהמ"ד לב אהרן ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג. האדמו"ר מוויזניץ ווערט געזעהן די סצענע וואו א מיסיל האט באטראפן א פיר שטאקיגע געביידע אויף די ברנדשטטר גאס אין בני ברק, באוואוינט מיט חרדישע משפחות, צווישן זיי א וויזניצער אינגערמאן וואס זיין דירה איז באטראפן געווארן פון די אטאקע, דער רבי שליט"א האט אויף זיי


אשרי מי שעמלו בתורה: מעמד "כבוד התורה" אין ישיבה קטנה מאור עינים ראחמיסטריווקא אין ירושלים
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך האט כ"ק האדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א באשיינט די יערליכע מעמד "כבוד התורה" אין ישיבה קטנה מאור עינים ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו דער רבי האט זיך געוואשן און מיטגעהאלטן די סעודת מצווה לכבודה של תורה, במעמד רבנן ותלמידיהון. צום הויכפונקט פונעם מעמד האט מען געהערט דברי אלוקים חיים בחיזוק לימוד התורה דורכן רבי'ן שליט"א. דער רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף א פייע


געהויבענער שמחת נישואין בחצרות קראלי - שענדישוב - סיקסא פארגעקומען אין שטאט מאנסי
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א גרויסן עולם חסידים ואנשי מעשה האט פארגאנגענע וואך מיטגעהאלטן די גרויסער רבישע חתונה אין מאנסי חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' ישכר בער הורוויץ שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי משה אליעזר בלום שליט"א אבד"ק פנים מאירות סיקסא, זון פון הגה"צ ר' שמואל מאיר בלום שליט"א, זון פון הגה"ק מקאשוי זי"ע בעל ברכת שמים, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת ט


פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה צום נייעם היכל המתיבתא צאנז קלויזענבורג נדבת הנגיד ר' יעקב יוסף גראס הי"ו
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש א הערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה איז געפייערט געווארן דעם דינסטאג, ווען מ'האט מיט גרויס התרגשות אריינגעגעבן א ספר תורה צום גרויסן היכל המתיבתא אינעם נייעם בנין הישיבה גדולה צאנז קלויזענבורג, בנדבת לבו פון הרבני הנגיד רבי יעקב יוסף גראס שליט"א עמוד התווך פון מוסדות צאנז קלויזענבורג ברחבי תבל. די מעמד כתיבת האותיות איז פארגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אריינג


חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון כולל חבת ירושלים אין וויליאמסבורג אין שפיץ פון גדולי אדמור"י ורבני העיר
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג איז אין די טעג באנייט געווארן די נייע אפיסעס שע"י כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין שפיץ פון די גדולי אדמור"י ורבני העיר וועלכע האלטן אן א שטענדיגע קשר אמיץ וחזק מיט די הייליגע צדקה. ובראשם האבן באשיינט די אדמורי"ם חברי נשיאות וועד הרבנים פונעם כולל, האדמור"ים מגאלאנטא קיוויאשד און אבד"ק תפארת משה, און האדמורי"ם מקאלוב, דינוב, טשערנאוויץ, שאץ מאנסי, הרבנים הגאוה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבו


מאסן תושבי וויליאמסבורג האלטן מיט פייערליכן הכנסת ספר תורה צום סקולענער ביהמ"ד בראשות האדמורי"ם מסקולען
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אומפארגסליכע שמחה איז געווען דעם זונטאג ביי די שיינע שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן אינעם נאסטאלגישע ביהמ"ד נצח ישראל סקולען אין וויליאמסבורג וואו די שלשת הרועים לבית סקולען האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש אנגעהויבן ביי הרה"ק בעל נועם אליעזר זצוק"ל שפעטער ביי הרה"ק בעל מאור ישראל זצוק"ל און שפעטער ביי הרה"ק בעל ישועת יעקב זצוק"ל ווי עס ווערט היינט ווייטער נמשך דורך בנו ונכדם כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"


וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת • פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אנגעקומען מצות באקן אין דושינסקיא מצה בעקעריי
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן דינסטאג איז מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אנגעקומען צו די מצה בעקעריי אין חצר הקודש דושינסקיא אין עיה"ק ירושלים, באקן די מצות לקראת יו''ט פסח הבא עלינו לטובה, צום באנוץ פון בני משפחתו און פאר די נגידים ותומכי הישיבה. דער גאון האט זיך אויפגעהאלטן אינעם בעקעריי פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה און מיטגעהאלטן מיטן חבורה ביים באקן די מצות מיט די אלע חומרות והידורים וואס דער גאון פארלאנגט כחוקת ה


תמכין דאורייתא פון די בוהושער כוללים מיטגעלעבט יומא אריכתא מלא התעוררות בצלו פון האד' מבוהוש אין עיה"ק טבריה
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN צענדליגער חסידי בוהוש נדיבי לב און תמכין דאורייתא זענען נאך אונטערן טיפן רושם נאכן מיטלעבן א יום שכולו התעלות אין עיה"ק טבריה, בראשות כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכער האט אפגעראכטן א געהויבענעם נסיעה אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש ניסן אינאיינעם מיט די חשובע חבורה פון תומכי "מרכז התורה - רשת הכוללים" דחסידי בוהוש, וועלכע שטייען לימין הכוללים מיט חודש'ליכע סכומים. דער הויכפונקט פון די נסיעה איז געווען דער עלייה לצי


יד עזרה: נגידי גור וועלן פארטיילן טויזנטער שקלים פער יעדע נפש באטראפן פון די מיסיל-אטאקע אין גערער ישוב אין ערד
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכפאלגנדיג די נעכטיגע מיסיל-אטאקע אין שטאט ערד, וואס האט גאר שווער באטראפן הונדערטער משפחות חסידי גור תושבי העיר, איז דעם זונטאג אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה דחופה פאררופן דורך הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א פינאנציעלע הילף-קאסע מושיט צו זיין א יד עזרה פאר די אריבער אריבער 150 באטראפענע משפחות חסידי גור תושבי העיר, וואס ציילט איבער 700 נפשות, וואס זענען געבליבן בעירום וחוסר כל, אן א דא


קרית הערצאג: האד' מבוהוש ביי שאיבת מים שלנו צו די מצות באקן לקראת חג הפסח
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שפ"ה,JDN ווי איינגעפירט ביי צדיקי בית רוזשין לדורותיהם אינעם טאג פון ה' ניסן יומא דהילולא קדישא פון הייליגן אפטא רב זי"ע, איז כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א ארויס שעפן מים שלנו און געבאקן די מצות לקראת יום טוב פסח הבעל"ט. שוין ביום ראש חודש ניסן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום הורוביץ מיל אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים אויף טחינת חיטים, וואו דער רבי האט עוסק געווען בטירחיה דמצוה, און דערנאך משמיע געווען אמרי קודש. זונ


הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע ביי נכדו האד' מראחמיסטריווקא | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם זונטאג ד' ניסן ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע, האט נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם היכלך השולחנות אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו עס האבן זיך משתתף געווען שאר בשרו כ"ק אדמו"ר טאלנא שליט"א פון אשדוד און הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא וואס איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צום בענטשן.


אנטווערפן לעבט מיט געהויבענע טעג בצל הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי אנטווערפן האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט בעת הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, האט זיך געפונען אין די שטאט, און במיוחד איז די באזוך אויסגענוצט געווארן דורך עדת חסידי סאטמאר תושבי העיר, וועלכע האבן אזוי שטארק ארויסגעקוקט צו קענען נהנה זיין מאורו הבהיר פונעם דיין שליט"א. במשך די טעג האט איז דיין שליט"א געלאדענט געווארן אויפצוטרעטן מיט דרשות און שיעורים אין די בתי מדרשים, ישיבות און כוללים אין די שטאט. די אכסניא של תורה איז גע


וַיֹּאפוּ אֶת הַבָּצֵק • האד' מצאנז באזוכט אין "היימישע מצות" בעקעריי אין קרית צאנז
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין די וואך ראש חודש ניסן האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א באזוכט אין די "היימישע מצות" בעקעריי אין קרית צאנז נתני' וואו דער רבי האט מפקח געווען אויף די ארבעט אינעם בעקעריי און זיכער געמאכט אז אלעס ווערט געטון מיט די גרעסטע מאס הידור שייך. נאכן מיטהאלטן דעם סדר האפייה האט דער רבי מפריש געווען חלה און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די הנההלת בית אופה און אלע מיטארבעטער.


הרב ישראל מנחם אלתר בן האד' מגור באזוכט אין שפיטאל ביי פארוואונדעטע פון ערד מיסיל אטאקע
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז היינט ארויסגעפארן בשליחות הקודש צום שטאט דימונה אין דרום ארץ ישראל, צו מחזק זיין די ארטיגע גערער קהלה נאך דער איראנער מיסיל אטאקע וואס האט באטראפן די שטאט קורצליך נאכן זמן מוצאי שבת, קארגע צוויי שעה בעפאר דער שוידערליכע אטאקע אויף דער שטאט ערד, ווען א צאל היימישע משפחות האבן געדאפט עוואקואירן נאך וואס זייערע דירות זענען געשעדיגט געווארן פון שראפנעל שטיקער. אין די נאכמיטא


בשלום הצאן: האד' מוויען באזוכט אין תלמוד תורה וויען אין בארא פארק לרגל חדר פירן פון א אייניקל
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי,JDN


bottom of page
