top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 8 דקות

עודכן: לפני 13 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א מערקט "קרישקעס" ביים ארומגיין צוזאמקלויבן נדבות פאר קמחא דפסחא צווישן די מניני שחרית אין ביהמ"ד לב אהרן ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג.


האדמו"ר מוויזניץ ווערט געזעהן די סצענע וואו א מיסיל האט באטראפן א פיר שטאקיגע געביידע אויף די ברנדשטטר גאס אין בני ברק, באוואוינט מיט חרדישע משפחות, צווישן זיי א וויזניצער אינגערמאן וואס זיין דירה איז באטראפן געווארן פון די אטאקע, דער רבי שליט"א האט אויף זיין שטייגער מחזק געווען די שכנים, מיט טרעפליכע דברי חיזוק און בטחון.


הגה"ח רבי מענדל פאמעראנץ שליט"א נשיא וראש מכון עוז והדר בקודש פנימה ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א נאכן מסיבת לחיים דעם מוצאי שבת לרגל די הוצאה לאור פון ספרו החדש "אודיע אמונתך" אויף חג הפסח ארויסגעגעבן דורך מכון עוז והדר.


די גאסן אין שיכון סקווירא ווירבלען מאווינג טרעקלעך אין צייט וואס די ערשטע תושבים פון "קרית סקווירא" אין בעטהעל ניו יארק ציען זיך אריין אינעם נייעם שטעטל אויף דעם שבת הגדול הבעל"ט.


האדמו"ר מבעלזא ביים באקוקן די לעבעדיגע פיש וואו עס איז געווען דער מנהג ביי צדיקי בית בעלזא אין די ערבי פסחים טעג.


האדמו"ר מסקולען ירושלים באזוכט אין קרית צאנז ביי הרה"ח ר' אהרן קליינמאן הי"ו וואס איז געווען א שכן טוב פון די צדיקים לבית סקולען אינדערהיים אין ראמעניע.


הנגיד החסיד ר' בערל ווייס הי"ו פון לאס אנדזשעלעס וועלכער איז צוגאסט אין ניו יארק ווערט באמערקט אריינלייגן מצות אינעם אויוון, וואס ער האט מיט עטליכע יאר צוריק מנדב געווען מהונו וכספו אין די סאטמארער מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג.


דער שטעק מיטן פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאלאר וואס האדמו"ר מסאטמאר האט געשאפט צווישן די נדיבים בעם פאר די יערליכע פסח חלוקה דורך מוסד "קרן הצלה" וואס פארטיילט ריזיגע געלטער פאר די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש.


האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ביים אנטיילן די י"ב מצות וואס ער האט געבאקן לכבוד חג הפסח אין די טיב המצות בעקעריי אין בני ברק אונטער די אייגנטומערשאפט פון העסקן הרב אהרן יוסף קארניצער.


מעלין בקודש: האדמו"ר מסקאליע ביי טחינת חטים שטייענדיג אויף א האלצערנע קעסטל.


עסקנים ביי א העפטיגע אסיפה אינעם פראכטפולן בנין הכנסת אורחים וואס ווערט געבויט אין די שטאט מאגלאניצא, סמוך ונראה צום ציון המצוינת פונעם הייליגן שרף פון מאגלאניצא זי"ע, שטייענדיג עטליכע וואכן אפגערוקט פון די הילולא קדישא.


דער איקאנישער ארון קודש אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני סטריט ווערט גערייניגט נאכ'ן ענדיגן די פרישע קאנסטרוקציע פאזע, וואס איז אונטערגענומען געווארן לכבוד חג הפסח מיט'ן ציל צו קענען ערגענצן דעם גאנצן היכל כליל בהדרו.


מצוה בו יותר מבשלוחו: הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו לייגט צו א האנט און שלעפט אליין שאכטלעך ביי די גרויסע חלוקה פאר אלמנות ויתומים, אנגעפירט דורך הרה"צ רבי אברהם לויפער שליט"א מדאראג.


האדמו"ר מנדבורנה ירושלים איז עוסק בתורה מיט זיין חברותא קבועה ביים סדר לימוד עשר שעות רציפות בחצר הקודש נדבורנה ירושלים די וואך כהכנה צום יום טוב פסח.


הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור פארטיילט שאקאלאדן וואס דער רבי האט געשיקט צו די קינדער אין ערד וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין די מיסיל אטאקע דעם מוצאי שבת.


שיינע סצענע ווי פרחי חסידי סאדיגורא האלטן מיט דאס מצות באקן פון האדמו"ר מסאדיגורא די וואך אין די משמרת המצות בעקעריי אין בני ברק.


שלוחי דרבנן העסקן הרב ישראל אייכלער באזוכט ביי ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א זיך דורכצורעדן בענינים העומדים על הפרק.


האדמו"ר ממודזיץ אין א שמועס מיט הרב שמחה קרקובסקי משב"ק אדמור"י בית לעלוב ביים שמחת הווארט בחצרות מודזיץ - לעלוב די וואך.


הרה"צ ר' שלמה לייב קאהן שליט"א בנו הצעיר פון האדמו"ר מתולדות אהרן ביים מיטהאלטן דעם דרשת שבת הגדול דורך הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק, היינטיגן ליל שישי אין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.


דער אלעמען באקאנטער ר' זושא שמעלצער הי"ו ווערט געזעהן ביים ציון הק' פון הרה"ק מסקווירא זצ"ל ביים פארקויפן זיין וואונדערליכן בוך "דער סקווירער רבי".


האדמו"ר מוויזניץ בית שמש טרעט אויף ביים סעודת הילולא פון זקינו הרה"ק מסקווירא זי"ע אין די סקווירא קהלה אין שטאט בית שמש.


הגה"צ אבד"ק דזשיבוי שליט"א צייגט דעם שטעקן פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע, פאר האדמו"ר ממאשאלו בעת די חתונה פון בתו הכלה. דער שטעקן האט דער רב געירשנט פון זיין שווער הגה"צ אבד"ק לאפאש זצ"ל וואס איז געווען אן אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגן ישמח משה.


האדמו"ר מסטיטשין ביים אנוואונטשן העסקן הרה"ח ר' שבתי ליפשיץ הי"ו מראשי הנהלת כולל חיבת ירושלים אין אנטווערפען נאכן העכסט סוקסעספולן דינער לטובת הכולל פארלאפענעם וואך.


הזמנה צום חנוכת הבית פון איינע פון די ערשטע תושבים אינעם נייעם שטעטל קרית סקווירא - בעטהעל, לקראת די חנוכת הקריה וואס איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגע ערש"ק פרשת צו שבת הגדול.


האדמו"ר מפוריסוב אויף א באזוך די וואך ביים מקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין עיר הקודש טבריה.


גאב"ד מאקאווא איז עוסק בתורה זיצנדיג ביים אויוון אין די בארימטער קוממיות מצה בעקעריי, וואו דער רב שליט"א האט געבאקן די מצות מצוה לקראת חג הפסח.


די פארשריט אין די העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה דחסידי צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין א פייערדיגן ריקוד מיט ש"ב המשפיע הרה"צ רבי נחמן יוסף טווערסקי שליט"א פון קראונהייטס זון פון הרה"ק רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא זצ"ל ביי די חתונה די וואך פון נכדו החתן אין קראונהייטס.


דער פאטאגראפירער ר' אבא אייזנבאך הי"ו מערקט "קרישקעס" ביי די עבודת הקודש ביים סעודת הילולא די וואך בחצר הקודש ווערדאן אין ירושלים.


שואלים ודורשים: האדמו"ר מאמשינאוו לערנט בחברותא מיט בנו הרב מרדכי קאליש, זייענדיג עוסק אין די הלכות חג הפסח שטייענדיג שוין סמוך ונראה צום יום טוב.


גייסטרייכע מעמד התפלה ביים כותל המערבי פאר 67 נגידי באיאן וואס האבן בייגעשטייערט 67 טויזנט שקל כמנין שנותיו בנעימים פון רבם ומאורם, האדמו"ר מבאיאן לרגל דעם 'יום זכאי' וואס איז אויסגעפאלן די וואך. היות דער מקום תפלה ביים כותל איז מאמענטאל פארשפארט לאור המצב פון די אנגייענדע מלחמה, האט דער רבי צוריקגעוויזן דעם אנבאט דורך די אינסטאנצן וואס האבן געגעבן ערלויבעניש פאר'ן רבי'ן אריינצוגיין און צוקומען נאנט, זאגנדיג אז ער וויל נישט זיין אנדערש ווי אנדערע, בתוך עמי אנכי יושבת, און דער רבי האט מתפלל געווען אויף א טעראסע קעגן איבער דעם כותל.


הבחור הבר מצוה אייניקל פון האדמו"ר מאלכסנדר ביים איבערזאגן דעם פשעטל פארן רבי'ן וועלכע הערט זיך איין מיט א קענטיגע קורת רוח.


פורים פורים לנו: דער פורים רב בחצר הקודש באבוב הרה"ח ר' שלום קעסלער שליט"א אין א פריינטליכע שמועס די וואך מיטן פורים רב בחצר הקודש באבוב 45 הרה"ח ר' בנציון יוסף ריינהאלד הי"ו.


בית מדרשו של רבי, ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני אין וויליאמסבורג ווערט "אויסגעאוילט" לכבוד פסח, אנהאלטנדיג די טראדיציאנאלע זויבערונג-איינפיר אינעם נאסטאלגישן ביהמ"ד מיום הוסדה.


האדמו"ר מסערט וויזניץ אין א ריקוד מיט פיר חתנים תלמידי שיעור ב' פון די ישיבה הקדושה אין רמת וויזניץ חיפה, די פיר טעלער ברעכן מעמדים זענען פארגעקומען ביים רבי'ן בזה אחר זה, ווען צום שלוס איז דער רבי געטאנצן מיט אלע חתנים אינאיינעם.


הרה"צ ר' משה צבי שוחט שליט"א רב דחסידי קארלין סטאלין אין ירושלים בן האדמו"ר מקארלין סטאלין טרעט אויף ביים מעמד כבוד התורה אין תלמוד תורה בית אשר - קארלין סטאלין אין ירושלים.


האדמו"ר ממבקשי אמונה איז מתפלל העכער דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי אהרלע ראטה זי"ע בעל שומר אמונים אויפן הר הזיתים לכבוד די יארצייט די וואך.


הרב אברהם שמואל צבי רוקח שליט"א נכד האדמו"ר מבעלזא ביים מצות באקן אין די טיב המצות בעקעריי, ווערט געזעהן דער אייגנטומער העסקן הרב אהרן יוסף קארניצער הי"ו.


הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א זון פון האדמו"ר מגור טרעט אויף מיט דברי חיזוק פאר אלע וואלונטירן פון הצלה און אנדערע רעטונגס אגענטורן וועלכע האבן זיך אפגעגעבן מיט פארוואונדעטע ביים שווערע סצענע דעם מוצאי שבת אין ערד.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה באטייליגט זיך ביים שמחת החתונה בבית ידידו ורעו האדמו"ר המקובל רבי יצחק אבוחצירא שליט"א פון צפת.


דער ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ערהאלט דעם נייעם ספר אויפן הייליגן ריבניצער רבי'ן ארויסגעגעבן דורך די ארטסקראל פובליקאציע, די ספר ווערט איבערגעגעבן דורכן חרדישן דזשורנאליסט ר' שלמה קוק הי"ו וועלכער האט אנגעפרעגט דעם ראש הישיבה צי ער האט רוח הקודש.


תלמידי המתיבתא תורה ויראה דסאטמאר אין מאנסי באגלייטן ארויס דער נשיא הישיבה האדמו"ר מסאטמאר נאכן באזוך פארלאפענעם ראש חודש ניסן בתוככי הישיבה לרגל סיום הזמן.


בשעת איינע פון די דרינגענע אסיפות די וואך אין ערד דורך די ראשי העסקנים בחצר הקודש גור, הרב חנוך זייבארט ראש העיר בני ברק, העסקן הרב מרדכי בבציק און הרב יונתן בורנשטיין מנכ"ל איחוד מוסדות גור האט מען פלוצלינג געהערט די ווארענונג סירענע, און באלד אראפגעגאנגען זיך אויסבאהאלטן אין שעלטער זייענדיג מקיים דעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.


המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין א טאנץ מיט החתן מאטי דייטש פון די "שלומי אמונים" שטאב, נאך זיין חופה די וואך.


די טרויעריגע סצענע ווי חסידי גור עוואקואירן פון זיינע שטובער אין ערד צוליב די גרויסע שאדנס נאכן איראנער מיסיל אטאקע דעם מוצאי שבת.


האדמו"ר מבאבוב ביים שענקן א זילבערנעם בעכער אלס דרשה געשאנק פאר זיין אייניקל הבחור הבר מצווה זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם שליט"א.


די משוררים פון די סקווערער קאפעליע אינאיינעם מיטן קינדער קאר זענען מהנה בשירה ובזמרה ביים שבע ברכות אינעם רבינס הויף מיוחד פאר די חשובע מנגנים.


די בעלי מנגנים בנש"ק הרב מאיר אדלער און ר' הערשי וויינבערגער באגלייט מיט די תנועה כאר ביים מהנה זיין ביים שבע ברכות בבית סקווירא - וויזניץ צוגעשטעלט דורך הנהלת כולל דברי אש אין בארא פארק.


די ברידער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, הגה"צ אבד"ק מאור חיים ירושלים שליט"א און הגה"צ אבד"ק מאור חיים צפת שליט"א פארברענגען בשבת אחים גם יחד ביי א משפחה שמחה די וואך.


די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטאל פירמע ביים אויפשטעלן א ריזן שאטער בחצר הקודש באבוב אין בארא פארק פאר די ערב פסח אקטיוויטעטן.


הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא בסוד שיח מיט מקורבו העסקן הרב דוד חיים הערמאן הי"ו ביי א מסיבה די וואך לטובת דער קופת הצדקה דחסידי סקווירא אין ארץ ישראל "מאמר מרדכי".


מחול לצדיקים ביים שמחת החתונה פון א אייניקל ביי האדמו"ר מביאלא לאנדאן פארגעקומען אין בני ברק, פון רעכטס צו לינקס: האדמו"ר מביאלא פשיסחא הר נוף, הגה"צ רבי שמחה רבינוביץ שליט"א בעל פסקי תשובות, האדמו"ר מביאלא פשיסחא אשדוד, האדמו"ר מביאלא, און דער זיידע האדמו"ר מביאלא לאנדאן.


האדמו"ר מסקווירא באדאנקט הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי זון פון האדמו"ר מפאפא נאכן אויפטרעטן אלס נואם הכבוד ביי איינע פון די שבע ברכות פארלאפענעם וואך בשמחת בית סקווירא.


הרה"ח ר' שלום קעסלער שליט"א מפארי חסידי באבוב מערקט "קרישקעס" אריינגעטון בחדוותא דיליה אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק.

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים שמחת הבר מצוה לבן מקורבו הרב ישראל לעוו דער בריח התיכון פון מכון "דבר אמת" להוצאת דברי תורתו פונעם ראש הישיבה.


דער מגיד מישרים הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א טרעט אויף ביי א התוועדות אין די חב"ד הויפטקוואטיר אויף 770 איסטערן פארקוועי אין קראון הייטס לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק הרש"ב מליובאוויטש זצ"ל.


תיקון אין ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אויף 43 אין בארא פארק לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, נדבת בנו האדמו"ר מוויזניץ ירושלים.


נאך די מיסיל אטאקע אין ערד וואס האט שווער געשעדיגט א דירה פון איינע פון די גערער אינגעלייט, איז בלויז די בילד פונעם רבי'ן געבליבן גאנץ און אומבאשעדיגט צווישן די חורבנות.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט ביים איבערגעבן דעם טעגליכן שיעור בהלכות פסח בבית מדרשו אין ירושלים.

האדמו"ר מוויען ביים איבערגעבן א שיעור אור החיים הק' אין ביהמ"ד זכרון יהודה וויען אין בארא פארק זייענדיג צוגאסט אין שטאט לכבוד די שבע ברכות פון א אייניקל.


האדמו"ר מסקולען לעיקוואד כאפט אריין א בלאט גמרא בין הפרקים ביים מצות באקן די וואך.


ביים חתונה די וואך פון בבית הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו אין לעיקוואד האט מרכז מוסדות אלכסנדר בארה"ק אויפגעשטעלט א הערליכע אויסלייג און וואונטש לכבודו פונעם בעל שמחה עמוד התווך פון מוסדות אלכסנדר.


האדמו"ר מקראלי ברעכט אויס אין א געוויין בעת מען האט אויסגערופן דעם רבי'ן צו מצוה טאנץ ביי די חתונה פון א אייניקל פאריגע וואך.


שיין בילד פון צוויי סקווירא בחורים ביים שרייבן קוויטלעך להיזכר לטובה ביים ציון הק' פון הרה"ק מסקווירא זצ"ל ביומא דהילולא ב' ניסן העעל"ט.


האדמו"ר מקאסאן קוקט זיך אום ביי די מצה בעקעריי וואס ווערט אהערגעשטעלט אין חצר פון קאסאנער ביהמ"ד אין לינדען.


האדמו"ר מדעעש אנטווערפען באזוכט אין די תפארת דזשודעיקא געשעפט אין אנטווערפען לכבוד יום טוב פסח.


הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א צו דער זייט פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדאו שליט"א באטייליגט זיך ביים שמחת החתונה בבית הרב מנחם שפירא, סגן ראש העיר אין שטאט בני ברק מטעם דגל התורה.


האדמו״ר מקאסאן ביים פארהערן די תלמידים פון ישיבת כתר תורה אויף חצי מס׳ גיטין בעל פה.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן ביים אריינגיסן די וואסער בעתן באקן די מצות מצוה לכבוד יום טוב פסח אין די בעלזער מצה בעקעריי אין לאנדאן.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' פסח פרומוביץ הי"ו משב"ק האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה לרגל הולדת בנו למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר ידידינו הר"ר אריה ארליך, רעדאקטאר פונעם פאפולערן 'משפחה' אויסגאבע אין ארץ ישראל, לרגל שמחת הולדת הבן למזל טוב.





תגובות


bottom of page