top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בפרוס חג הפסח: האד' מסקולען אנגעקומען באקן מצות אין קרית צאנז נתני'

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' צו • י"א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך איז כ"ק האדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א אנגעקומען קיין קרית צאנז נתני' וואו די רבי שליט"א האט כמידי שנה בשנה געבאקן די מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט.


ביים אנקומען קיין קרית צאנז האט דער רבי צוערשט געדאווענט מעריב אינעם מושב זקנים וואו דער רבי האט אויך באזוכט ביי עטליכע באקאנטע צווישן זיי הרה"ח הישיש ר' אהרן קליינמאן הי"ו וואס איז געווען א שכן טוב פון די צדיקים לבית סקולען אינדערהיים אין ראמעניע און האט דערציילט שיינע זכרונות און ערשטהאנטיגע סיפורים. דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים אויפן ארט און ארומגעשמועסט איבער די הילולא קדישא פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע בעל אוהב ישראל, און מנהג אבותיו צו באקן מצות אין טאג פון זיין הילולא אזוי ווי עס האבן זיך נוהג געווען די צדיקים לבית רוזין.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צו די היימישע מצות בעקעריי אין קרית צאנז, וואו די רבי האט א לענגערע צייט מפקח געווען אויף די עבודת הקודש און איבערגעקוקט אלע חומרות והידורים. נאכן מצות באקן איז די רבי שליט"א צוגעפארן אויף א ביקור נימוסין צו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואו דער רבי האט זיך באדאנקט און איבערגעגעבן א גריס פון זיין באזוך אינעם מצה בעקעריי און די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט איבער די פילע חומרות וואס איז איינגעשטעלט געווארן אינעם בעקעריי על צד היותר טוב.


עס איז אויך ארומגעשמועסט געווארן איבערן יעצטיגן שעת מלחמה אין ארץ ישראל, און צום שלוס האבן די רבי'ס געטריקנען און זיך געוואונטשן לחיים, ונפרדו לשלום.



תגובות


bottom of page