top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תמכין דאורייתא פון די בוהושער כוללים מיטגעלעבט יומא אריכתא מלא התעוררות בצלו פון האד' מבוהוש אין עיה"ק טבריה

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

צענדליגער חסידי בוהוש נדיבי לב און תמכין דאורייתא זענען נאך אונטערן טיפן רושם נאכן מיטלעבן א יום שכולו התעלות אין עיה"ק טבריה, בראשות כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכער האט אפגעראכטן א געהויבענעם נסיעה אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש ניסן אינאיינעם מיט די חשובע חבורה פון תומכי "מרכז התורה - רשת הכוללים" דחסידי בוהוש, וועלכע שטייען לימין הכוללים מיט חודש'ליכע סכומים.


דער הויכפונקט פון די נסיעה איז געווען דער עלייה לציון הקדוש פון הרה"ק רבי מענדעלע וויטעפסקער זי"ע, צו וועמען דער רבי שליט"א שפירט א קשר עליון און פארט כסדר מתפלל זיין ביים ציון הקדוש, גייענדיג אין די פיסרטיט פון זיין גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מבוהוש זצ"ל וועלכער פלעג אפט פארן צום ציון קיין טבריה. דאס מאל האט דער רבי שליט"א באוויליגט מיטצונעמען די חסידים תומכי תורה צום ציון און דארט אפרעכטן א מעמד התעוררות ברוב עם.


די נסיעה האט זיך אנגעהויבן אין די מיטאג שעה'ן אין א פראכטפולער זאל אין טבריה וואו עס איז געווען צוגעשטעלט מיני טעימה בהרחבה, פון דארט איז דער ציבור אריבער צום נאסטאלגישן ביהמ"ד וואס געפונט זיך בביתו נאווה קודש פון הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע, וואו מען האט געדאווענט מנחה נאכגעפאלגט מיט א ספעציעלע "מעמד הכנה דרבה" איידערן אויפגיין צום ציון הק' פונעם הייליגן צדיק רבי מענדעלע וויטעפסקער זי"ע, ביי וועלכן דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש איבער די דביקות נפלאה וואס זיין זיידע דער בוהושער רבי זצ"ל האט געהאט צו דעם ארט ובסוד קדושים מי יעמוד, דערנאך איז דער רבי אליין ארויף צום ציון און זיך דארט אויפגעהאלטן א לענגערע וויילע ביחידות.


דערויף זענען אלע משתתפים ארויף צום ציון, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד תפילה נורא הוד וואס האט געשפאלטן הימלען. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן תהילים לויטן סדר המזמורים הנהוג בבית רוזין, ווען פארן עמוד איז צוגעטרעטן הגה"צ רבי לייבוש טוביאס שליט"א, רב חסידי בוהוש. נאך תהילים האט מען געזאגט סליחות מיט גרויס השתפכות הנפש און דער רבי האט מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט.


א באזונדערע זכי' האבן די נדיבים געהאט דורכצוגיין דעם רבי'ן מיט קוויטלעך, וואס דער רבי האט שפעטער פארברענגט כנהוג, בעת מען האט געזונגען דעם ניגון וואס איז מקובל אין בוהוש אלס א ניגון מיוחס צו הרה"ק רבי מענדעלע וויטעפסקער זי"ע.


דערנאך איז די רבי געגאנגען אינעם אלטן מקוה פון הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע, און דערנאך געדאוונט מעריב אינאיינעם מיט די "גיבורי החיל", די אינגעלייט משתתפי הנסיעה וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער, דער רבי האט פאר זיי משמיע געווען ווארימע דיבורים איבער דער זכיה צו זיין פון די מקדשי שם שמים, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.


דער טאג האט זיך געשלאסן מיט א עלעגאנטע מעמד הוקרה פאר די נדיבים אין א פראכטפולע זאל אין שטאט טבריה, וואו עס איז סערווירט געווארן א רייכע סעודה.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דעם רבינ'ס זון, הרב יצחק פרידמאן, און עס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגאון רבי חיים מאיר גרינבוים רב חסידי וויזניץ אין חיפה, דאן האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה, און עס האט אויפגעטרעטן בנן של קדושים הנגיד רבי יצחק שטערן פטרון רשת הכוללים.


דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש איבער די חשיבות פון לומדי ומחזיקי תורה און באזונדער ארומגערעט בשבחו פון הרה"ח ר' פנחס מאזעס הי"ו יושב ראש רשת הכוללים וועלכע געבט זיך אוועק במסירות נאמנה פאר די הצלחה פון די כוללים מיט גרויס איבערגעבענקייט.


דערנאך האט דער מנהל הכוללים ר' פנחס מאזעס מבשר געווען די פלענער צו עפענען נאך כוללים, און אז מען וועט העכערן די געהאלט פאר די אינגעליייט להגדיל תורה ולהאדירה.


בשעת מעשה האט זיך אויפגעשטעלט דער פטרון הכוללים הנגיד רבי יצחק שטערן און געמאלדן איבער די גרינדונג פון א ספעציעלע קופת "מעות ארץ ישראל" לזכרו פון הרה"ק רבי מענדעלע וויטעפסקער זי"ע מיט'ן ציל צו העכערן די געהאלט פון די אינגעלייט, און האט דערביי אויפן ארט געשאפט פון די משתתפים פרישע גרויסע סכומים לטובת דעם צוועק.


דער מעמד האט זיך געשלאסן מיט א ריקוד של שמחה, און אלע משתתפים זענען דורך ביים רבי'ן שליט"א ערהאלטן ברכת קדשו וואו דער רבי האט יעדן פארטיילט א ספעציעלע מזכרת, א תהילים "אסיפת אמרים" מיט תורות פון צדיקי בית רוזין אויף די פסוקי תהילים.



תגובות


bottom of page