top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורא ארויסגעפארן קיין אנטווערפען אויף יום טוב פסח טראץ מלחמה צושטאנד; חלוקת מצות כמידי שנה בשנה

  • לפני 18 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

כמידי שנה בשנה איז כ''ק האדמו''ר מסאדיגורא שליט''א ארויסגעפארן קיין אנטווערפען וואו דער רבי וועט פראווענען דעם יו''ט פסח הבא עלינו לטובה ביים שווער הגה''צ רבי אשר חיים שטערנבוך אבד"ק אהל יעקב ודומ''ץ מחזיקי הדת אנטווערפען.


צוליב די פליגער צוימונגען אין די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל אין שאטן פונעם אנגעצויגענעם מלחמה צושטאנד, זענען אלע פליגערס קיין בעלגיע אפגערופן געווארן, און נאכן באטראכטן פארשידענע אלטערנאטיווע וועגן, איז געלונגען צו פארשאפן טיקעטס פארן רבי'ן שליט"א און די בני בית, אויף א פליגער דעם קומענדיגן זונטאג קיין פאריז פראנקרייך און פון דארט וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה קיין אנטווערפען מיטן באן.


אין די יעצטיגע ערב פסח טעג איז געווען ספעציעלע זמני כניסה בקודש פנימה, ווי די רבי האט פארטיילט מצות פאר די חסידים אויף יו''ט פסח כנהוג. עקסטער איז דער רבי אנגעקומען קיין תל אביב וואו די רבי האט אויפגענומען דעם ציבור און פארטיילט מצות פאר די ארטיגע חסידים.


אין אנטווערפען וועט די רבי דאווענען אלע תפילות אין די טשארטקובער קלויז אין שטאט, און ביום אחרון של פסח וועט די רבי פראווען דעם נעילת החג טיש ברוב עם הדרת מלך.


תגובות


bottom of page