top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית הערצאג: האד' מבוהוש ביי שאיבת מים שלנו צו די מצות באקן לקראת חג הפסח

  • לפני 56 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שפ"ה,JDN

ווי איינגעפירט ביי צדיקי בית רוזשין לדורותיהם אינעם טאג פון ה' ניסן יומא דהילולא קדישא פון הייליגן אפטא רב זי"ע, איז כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א ארויס שעפן מים שלנו און געבאקן די מצות לקראת יום טוב פסח הבעל"ט.


שוין ביום ראש חודש ניסן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום הורוביץ מיל אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים אויף טחינת חיטים, וואו דער רבי האט עוסק געווען בטירחיה דמצוה, און דערנאך משמיע געווען אמרי קודש. זונטאג דערויף אור לה' ניסן, ביי די שקיעה, איז דער רבי אנגעקומען אין די קרית הערצאג געגענט אין בני ברק אויף שאיבת מים שלנו.


צומארגנס מאנטאג אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען קיין בית שמש, וואו מען האט געבאקן מצות אין די מהודר'דיגע דושינסקיא מצות בעקעריי. דער רבי האט מפקח געווען אויף די סדר האפיה און אליין עוסק געווען אין די מלאכת הקודש און אריינגעלייגט די מצות אין אויוון. 



תגובות


bottom of page