מאסן תושבי וויליאמסבורג האלטן מיט פייערליכן הכנסת ספר תורה צום סקולענער ביהמ"ד בראשות האדמורי"ם מסקולען
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן אומפארגסליכע שמחה איז געווען דעם זונטאג ביי די שיינע שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן אינעם נאסטאלגישע ביהמ"ד נצח ישראל סקולען אין וויליאמסבורג וואו די שלשת הרועים לבית סקולען האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש אנגעהויבן ביי הרה"ק בעל נועם אליעזר זצוק"ל שפעטער ביי הרה"ק בעל מאור ישראל זצוק"ל און שפעטער ביי הרה"ק בעל ישועת יעקב זצוק"ל ווי עס ווערט היינט ווייטער נמשך דורך בנו ונכדם כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א.
די ספר תורה האט מען אנגעהויבן שרייבן נאך בחיים חיותו פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל בעל ישועת יעקב לזכותו ולסגולת רפואתו המהירה אין די לעצטע תקופה זייענדיג על ערש דווי, אבער ליידער איז געווען נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש ווען דער רבי איז נסתלק געווארן א קורצע צייט שפעטער. מען האט דאן ממשיך געווען צו שרייבן די ספר תורה לזכר נשמתו הטהורה בנדבת לבם פונעם קבוצה חשובה מעדת חסידי סקולען.
דעם פארגאנגאנעם דאנערשטאג אווענט האט א ריזיגער ציבור חסידים ומעריצים באלאגערט ביתו נאוה קודש פונעם סקולענער רבין זצ"ל אין בארא פארק וואו עס איז פארגעקומען דער סיום כתיבת האותיות, וואו די פילע רבני ואדמו"רי העיר זענען ארויפגעקומען שרייבן אותיות. צווישן זיי איז געווען האדמור"ים מבאבוב 45, ראחמיסטריווקא, טשערנאביל, וויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, צאנז זמיגראד, גאב"ד קארלסבורג, אבד"ק קאזלאוו, אבד"ק קארוב, אבד"ק בית מאיר וראש ישיבת זרע קודש, דומ"ץ וויען ב.פ., דומ"ץ סאטמאר ב.פ., אבד"ק פאלטישאן, טענקא, אבד"ק כליל תפארת סקולען, און נאך.
ספעציעל האט זיך אנגעזעהן די גרויסע ברודערס האדמורי"ם לבית סקולען, פון מאנסי און לעיקוואד, פילע בנן של קדושים אייניקלעך פון אדמור"י בית סקולען, און די חשובי פני העיר וועלכע זענען געקומען שרייבן א אות אין די ספר תורה. נאכן שרייבן האבן די חשוב'ע רבנים און אדמורי"ם שליט"א טועם געווען און געוואונטשן לחיים, פאר די קינדער פון רבי'ן זצ"ל, ובראשם פאר די ברודער האדמור"ים שליט"א.
זונטאג העל"ט איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה אין שטוב פון הנגיד החסיד מוה"ר הערשל וועבער הי"ו מנאמני בית אדמור"י סקולען, וועלכער איז נאך געווען אדוק ומקושר צום רבין בעל נועם אליעזר זצוק"ל. עס האבן זיך באטייליגט צענדליגע רבני העיר, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, און די שוואגערס פון רבי'ן זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, הגה"צ אבד"ק וויטקא שליט"א, הגה"צ אבד"ק טעטש שליט"א, און די פילע אדמורי"ם ורבנים פון שטאט, צווישן זיי האדמו"רים מוויען, בית יצחק ספינקא, תולדות צבי ספינקא, דינוב, ראחמסטריווקא וויליאמסבורג, צעהלים, און נאך פילע חסידים ומעריצים, תלמידי חכמים חסידים ואנשי מעשה, וועלכע האבן געהאט א נאנטע שייכות צום צדיק בחיים חיותו.
וואו נאר מען האט געענדיגט שרייבן די אותיות האט מען אויסגעבראכן אין א לעבעדיגע ריקוד וואו מען האט געטאנצט לענגערע מינוטן לכבוד התורה. בשעת די תהלוכה ברחובה של עיר, איז דער ספר תורה אריבערגעגאנגען פון איינעם צום אנדערן, צו ערשט פאר די קינדער פון רבי'ן זצ"ל, און דערנאך פאר אנדערע רבנים שליט"א, פאר אנשים חשובים, און די נדבנים פונעם ספר תורה.
אין ביהמ"ד גופא האט מען אויסגעליידיגט די היכל פון די טישן און בענק, ווי נאר די ספר תורה האט זיך באוויזן אין ביהמ"ד, האט מען איבערגעגעבן דעם נייעם ספר פאר כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכער איז מיט א הייליגן ברען פון שמחה אפגעראכטן די ריקודין און דערנאך איבערגעגעבן דעם ספר פארן ברודער – דער מרא דאתרא – האדמו"ר מישועת יעקב סקולען וועלכער איז געטאנצן מיט גרויס דביקות און מיטגעשלעפט דעם עולם בשמחת התורה.
דערנאך האבן געטאנצן הגה"צ אבד"ק וויטקא שליט"א, הגה"צ אבד"ק טעטש שליט"א, די קינדער פון רבין זצ"ל, הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד דומ"ץ פאפא, הרבני החסיד מוה"ר הערשל וועבער שליט"א מיט זיין משפחה, און די מקורבים פון רבין זצ"ל וועלכע זענען אלע נתכבד געווארן צו טאנצן מיטן ספר תורה, ובראשם הרה"ח ר' דוב שאהן הי"ו.
מיט גרויס יראת הכבוד האט מען דאן מקבל פנים געווען כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועלכער איז געקומען מפאר זיין די גרויסע שמחה בשארית כוחותיו. דער רבי שליט"א - וואס האט בשעתו מעודד געווען די עסקנים צו שרייבן די ספר תורה און האט אליין מנדב געווען א סכום הגון נעמענדיג א שותפות אין די מצווה - האט איבערגענומען די ספר תורה און מפזז ומכרכר געווען פאר לענגערע מינוטן.
דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט די אדמורי"ם לבית סקולען, די קינדער פון רבין זצוק"ל. נאך א לענגערע וויילע האט האדמו"ר מישועת יעקב סקולען מכבד געווען מיט די מזמורים אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וואס האט פארגעזאגט מיט גרויס התעוררות פסוק בפסוק, דערנאך האט האדמו"ר ממונקאטש אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון הקודש.
עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים ביי וועלכן מען האט ווייטער געזינגען ניגוני שמחה און מען האט געהאט די זכי' צו הערן לענגערע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א לרגל המאורע, וואו דער רבי האט דערציילט איבער זיין נאנטע התקשרות מיטן רבין דער בעל נועם אליעזר זי"ע און שפעטער ביי די די צדיקים לבית סקולען און אויסגעדרוקט זיין הנאה צו זעהן דים בית צדיקים יעמוד.
נאכן דאווענען מעריב איז דער ציבור חסידים ומעריצים אריבערגעגאנגען צום ויואל משה זאל, וואו עס איז געווען צוגעגרייט א גרויסארטיגע סעודת מצוה לגומרה של תורה.
במשך די סעודה האבן זיך באטייליגט פילע רבני העיר צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, הגה"צ אבד"ק מישקאלץ שליט"א, אבד"ק סאטמאר ירושלים, די קינדער און איידעמער פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און נאך.
עס האבן אויפגעטרעטן לכבוד המאורע, צום ערשט מוה"ר שלמה יצחק ווייס הי"ו פון די נאנטע מקורבים ביי אדמור"י בית סקולען, וועלכע האט מיט קורצע ווערטער ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה, און דערציילט די השתלשלות פונעם ספר תורה, באגלייט מיט גאר אינטערעסאנטע פרטים, און דערביי מכבד געווען דעם עלסטן איידעם פון רבין זצ"ל, הגה"צ רבי מרדכי דוב בעק שליט"א אבד"ק טאלמיטש צו זאגן זיין דרשה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע אינסהאלטרייכע דרשה הרה"ח מוה"ר נפתלי ברוך וועבער הי"ו א זון פון הרה"ח מוה"ר הערשל שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט נאסטאלגישע זכרונות פון רבין זצ"ל נאך פון מאנטריעאל און דערביי געפאדערט זיך צו האלטן ווייטער מקושר צום רבין שליט"א דאס וועט ווייטער זיין א כבוד לבית סקולען.
עס איז שוין געווען שפעט ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה וברכה, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די שמחה עילאה פון די דאזיגע מעמד און ארויסגעהויבן בשבח פון די קהלה אין וויליאמסבורג והעומד בראשה זיין ברודער דער רבי שליט"א.
ואחרון חביב האט מען געהערט די דרשה און דברי תורה פון כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וועלכער האט זיך באדאנקט פאר הר"ר הערשל וועבער און זיין זון מוה"ר נפתלי ברוך הי"ו וועלכע האבן אהערגעשטעלט די שיינע שמחה, און די אלע עסקנים וועלכע האבן געטוהן פארן כבוד פון טאטן זצ"ל.
עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען מען האט מכבד געווען הרבני החסיד ר' דוב שאהן שליט"א מיטן בענטשן און מען האט ווייטער ממשיך געווען מיט די ריקודין לכבוד התורה.













































