top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרב ישראל מנחם אלתר בן האד' מגור באזוכט אין שפיטאל ביי פארוואונדעטע פון ערד מיסיל אטאקע

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז היינט ארויסגעפארן בשליחות הקודש צום שטאט דימונה אין דרום ארץ ישראל, צו מחזק זיין די ארטיגע גערער קהלה נאך דער איראנער מיסיל אטאקע וואס האט באטראפן די שטאט קורצליך נאכן זמן מוצאי שבת, קארגע צוויי שעה בעפאר דער שוידערליכע אטאקע אויף דער שטאט ערד, ווען א צאל היימישע משפחות האבן געדאפט עוואקואירן נאך וואס זייערע דירות זענען געשעדיגט געווארן פון שראפנעל שטיקער.


אין די נאכמיטאג שעות האבן זיך אלע חסידים תושבי העיר צונויפגענומען אין היכל הכולל צו תפילת מנחה, און דערנאך האט מען געהערט דברי חיזוק ועידוד לאור המצב, ווי אויך די ברכת הקודש וואס דער רבי שליט"א האט געהייסן איבערגעבן, ועל כולם האט הרב ישראל מנחם משמיע געווען רירנע דיבורים מלא שבח והודאה אויף דעם גרויסן נס וואס איז געשען דעם מוצאי שבת אין דימונה, וואו מען איז בחסדי שמים אפגעקומען בלויז מיט שאדנס אן קיין מענטשליכע קרבנות. דערנאך איז ער ארויף צו די דירות פון די עוואקואירטע משפחות און מיטגעברענגט מיט זיך מתנות פאר די קינדערליך און שאקאלאדן וואס דער רבי שליט"א האט פערזענליך געשיקט.


פון דארט איז ער אריבערגעפארן צו די סורוקה שפיטאל אין באר שבע, וואו ער האט מבקר חולה געווען ביי די פארוואונדעטע פונעם מיסיל אטאקע אין ערד, און ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די עסקנים פון ארגון "יד אחת" וועלכע געבן זיך אפ מיט גרויס געטריישאפט פאר די פארוואונדעטע און זייערע משפחות. 


אויך דא האט הרב ישראל מנחם פארטיילט מתנות און ביכער פאר די קינדער, וואס זענען נתנדב געווען דורך נדיבי עם, און איז געזעצן און מחזק געווען די באטראפענע חסידים און זייערע משפחות.


צווישן די שפיטאל קארידארן האט ער זיך באגעגענט מיטן מעיאר פון דימונה בני ביטון, וואו עס איז געשאפן געווארן א פריינטליכע שמועס איבער די לעצטיגע אינצידענטן און איבער די צרכים פון די גערער קהילה אין דימונה.



תגובות


bottom of page