top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יד עזרה: נגידי גור וועלן פארטיילן טויזנטער שקלים פער יעדע נפש באטראפן פון די מיסיל-אטאקע אין גערער ישוב אין ערד

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

נאכפאלגנדיג די נעכטיגע מיסיל-אטאקע אין שטאט ערד, וואס האט גאר שווער באטראפן הונדערטער משפחות חסידי גור תושבי העיר, איז דעם זונטאג אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה דחופה פאררופן דורך הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א פינאנציעלע הילף-קאסע מושיט צו זיין א יד עזרה פאר די אריבער אריבער 150 באטראפענע משפחות חסידי גור תושבי העיר, וואס ציילט איבער 700 נפשות, וואס זענען געבליבן בעירום וחוסר כל, אן א דאך איבער'ן קאפ, שטייענדיג בלויז א קארגע וואך אפגערוקט פון יו"ט פסח.


די וויכטיגע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן אין שטאט ערד, מיט די באטייליגונג פון א קבוצה נכבדה נגידי חסידי גור פון איבער גאנץ ארץ ישראל, וועלכע האבן מיט א ברידערליכע ווארעמקייט זיך אנגעשלאסן אין די קריטישע אקציע לבוא לעזרת אחיהם בעת צר, און אינאיינעם שאפן די אסטראנאמישע געלטער וואס פארלאנגט זיך צו שטעלן די באטראפענע משפחות אויף די פיס און זיי ערמעגליכן א שמחת יו"ט מיט א ריכטיגע חירות.


אין די זעלבע צייט פון די אסיפה אין ערד איז מען זיך צאמגעקומען אין שטאט בארא פארק, בבית הרבני הנגיד ר' מאיר פריי הי"ו, וואו עס האבן זיך באטייליגט פילע בעלי יכולת ונגידים בעם, וועלכע האבן מיטגעהאלטן דורך א הוקאפ די אסיפה אין ערד.


ביי די אסיפה האט אויפגעטרעטן דעם רבי'נס זון, הרה"צ ר' נחמי' שליט"א, וועלכער האט געברענגט ערשטהאנטיג עדות'שאפט ווען ער האט זיך בלויז פריער אומגעקערט פון די טרויעריגע סצענע, שילדערנדיג וואס זיינע אויגן האבן צוגעזען די גרויסע שאדנס, און אפעלירט ביים ציבור אחים לדעה צו שענקען די ווארעמסטע שטיצע פאר די באטראפענע משפחות.


דערנאך האט מען געהערט דעם חובת השעה דורך הרה"ג ר' הערשל ראטנבערג שליט"א רב חסידי גור אין אמעריקע, וועלכער האט זיך באטייליגט ביי די אסיפה אין בארא פארק, און דערביי איבערגעגעבן די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער האט געוואונטשן אז די מגבית זאל זיין מיט הצלחה, און פון היינט און ווייטער זאל מען נישט הערן פון קיין צרות.


דערנאך האט מען געהערט די ווערטער דורך הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל באמעריקע, וועלכער האט אויפגעשטורעמט איבער'ן שרעקליכן מצב אין וואס די הונדערטער היימלאזע משפחות חסידי גור געפינען זיך.


אויפ'ן פלאץ איז אויפגעטריבן געווארן גאר גרויסע סכומים, און ס'וועט פארטיילט ווערן טויזנטער שקלים פער יעדע נפש, און דאס איז בנוסף די מאסיווע עמערדזשענסי קאמפיין ביים נאמען "למען משפחות ערד" צווישן אלגעמיינע חסידי גור אומעטום, וואס רופן זיך אן מיט ווארעמע סכומים כפי היכולת.



תגובות


bottom of page