top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנטווערפן לעבט מיט געהויבענע טעג בצל הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש

  • 24 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

תושבי אנטווערפן האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט בעת הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, האט זיך געפונען אין די שטאט, און במיוחד איז די באזוך אויסגענוצט געווארן דורך עדת חסידי סאטמאר תושבי העיר, וועלכע האבן אזוי שטארק ארויסגעקוקט צו קענען נהנה זיין מאורו הבהיר פונעם דיין שליט"א.


במשך די  טעג האט איז דיין שליט"א געלאדענט געווארן אויפצוטרעטן מיט דרשות און שיעורים אין די בתי מדרשים, ישיבות און כוללים אין די שטאט. די אכסניא של תורה איז געווען אין שטוב פון הרב יואל פאגעל מראשי עסקני ק"ק סאטמאר אין אנטווערפען.דער דיין שליט"א איז אנגעקומען קיין אנטווערפען דינסטאג פארמיטאג און האט שפעטער מיטגעהאלטן די שמחת החתונה בבית הנגיד ר' חיים יצחק שווארטץ הי"ו מנכבדי ק"ק סאטמאר אין אנטווערפען, וואו ער איז געווען א פעטער ביי די שמחה.


ביים סעודת החתונה האט דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א ספעציעל באגריסט דעם חשובן גאסט אין זיין דרשה, און פילע תושבי העיר זענען דורך שלום נעמען.


מיטוואך האט דער דיין שליט''א מבקר חולה געווען ביי זיין ברודער הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו און דערנאך אפגעראכטן ביקורי נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און ביים מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א וועלכער האט געלאדענט דעם דיין אויף א באזוך אין די נייע מקוה טהרה וואס ווערט אין די טעג פארענדיגט.


דאנערשטאג האט דער חשובע גאסט באזוכט אין די ישיבה קטנה סאטמאר אנטווערפען וואו ער האט איבערגעגעבן א טיפזיניגער שיעור פאר די תלמידי הישיבה.


באזונדער איז פאררופן געווארן דורך הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א א גרויסער אסיפת הדיינים פון אלע דיינים שליט"א מורי צדק פון די צענטראלע קהלה מחזיקי הדת און פון אנדערע קהלות קדושות אין שטאט, וועלכע האבן פארגעלייגט פאר'ן דיין שליט"א פארשידענע שווערע און פארוויקלטע שאלות וואס קומען כסדר אונטער, אויף וואס מען האט געהערט חוות דעתו הרמה פונעם גדול הפוסקים דער דיין שליט"א.


דער הויכפונקט איז געווען דער געהויבענער שבת וואס דער דיין שליט"א האט געפראוועט אין די שטאט וואו א גרויסן ציבור האט מיטגעהאלטן די תפילת שבת, ובפרט דעם געהויבענעם שלש סעודות וואס דער דיין שליט"א האט געפראוועט, און דערביי משמיע געווען מאמרותיו בדברי חיזוק והדרכה. ווי באזונדער באריכטעט האט דער דיין מיטגעהאלטן דעם טיש פרייטאג צונאכטס און מלכה מלכה בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.


מוצאי שבת איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלער באזוך ביים נייעם הערליכן מקוה טהרה דקהל מחזיקי הדת, וואו דער מרא דאתרא די אנטווערפענער רב שליט"א האט צוגעוויזן פארן דיין די פילע חומרות והידורים אין די נייע מקוה וואו עס ווערט אין די יעצטיגע טעג פארענדיגט די בוי ארבעט לשמחת לבם פון די טויזנטער תושבי העיר היראים והחרדים לדבר השם.


דער דיין איז ארויף אויפן דאך פונעם בנין און באטראכט די אוצרות מי גשרים און איבערגעקוקט יעדע דעטאל און פרט בתכלית הכשרות, ס'איז געווען מחזה הוד צו זעהן די פלפולי דאורייתא וואו מען האט דן געווען בכובד ראש אויף יעדן דקדוק קל בהלכה, זיכער צו מאכן אז די נייע מקוה איז געמאכט מיטן העכסטן דרגא אין כשרות.


זונטאג האט דער דיין שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די שטאטישע ישיבה אין ווילרייק וואו ער האט איבערגעגעבן א חריפות'דיגע שיעור פאר די בחורים. נאכמיטאג האט ער איבערגעגעבן א שיעור אין די סאטמארער כולל אין שטאט און באזונדער איבערגעגעבן א טיפזיניגער שיעור כללי פאר די הונדערטער תושבי העיר, וואו דער דיין האט ארומגערעט בהלכה ובאגדה לקראת חג הפסח.דורכן טאג האט דער דיין אויך באזוכט ביי הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, וואו עס איז אנטשטאנען א הערליכע תורה'דיגע שמועס.מאנטאג נאכמיטאג האט זיך דער דיין שליט''א אומגעקעקט למעון תורתו אין קרית יואל, איבערלאזנדיג א רישומא דקדושה אויף די גאנצע שטאט.



תגובות


bottom of page