top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת • פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אנגעקומען מצות באקן אין דושינסקיא מצה בעקעריי

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן דינסטאג איז מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אנגעקומען צו די מצה בעקעריי אין חצר הקודש דושינסקיא אין עיה"ק ירושלים, באקן די מצות לקראת יו''ט פסח הבא עלינו לטובה, צום באנוץ פון בני משפחתו און פאר די נגידים ותומכי הישיבה.


דער גאון האט זיך אויפגעהאלטן אינעם בעקעריי פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה און מיטגעהאלטן מיטן חבורה ביים באקן די מצות מיט די אלע חומרות והידורים וואס דער גאון פארלאנגט כחוקת הפסח וכמשפטו. כמנהגו האט דער פוסק הדור משגיח געווען אויפן גאנצן סדר האפיה מרישא ועד גמירא, מיט אן עינא פקיחא און אויסטערלישע זהירות, זיכער צו מאכן אז יעדער פרט ופרט ווערט דורכגעפירט על צד היותר טוב. דער גאון האט זעלבסט עוסק געווען בטירחא דמצווה ביים גיסן וואסער, און דערנאך מפריש געווען חלה מיט א ברכה.


ביים פארלאזן דעם בעקעריי האט ער איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר אלע ארבייטער אינעם בעקעריי און איז געווארן ארויסבאגלייט דורך דעם הנהלת בית אופה מיטן פאסיגן כבוד התורה.



תגובות


bottom of page