top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשרי מי שעמלו בתורה: מעמד "כבוד התורה" אין ישיבה קטנה מאור עינים ראחמיסטריווקא אין ירושלים

  • לפני 27 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארלאפענעם וואך האט כ"ק האדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א באשיינט די יערליכע מעמד "כבוד התורה" אין ישיבה קטנה מאור עינים ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו דער רבי האט זיך געוואשן און מיטגעהאלטן די סעודת מצווה לכבודה של תורה, במעמד רבנן ותלמידיהון.


צום הויכפונקט פונעם מעמד האט מען געהערט דברי אלוקים חיים בחיזוק לימוד התורה דורכן רבי'ן שליט"א. דער רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגע רקידה לכבוד התורה ולומדיה. צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי פארטיילט די תעודות פאר די בחורים מצוינים.



תגובות


bottom of page