top of page
ויכוננו עיר מושב: חצה"ק לעלוב וועט אויפבויען נייע פרעכטיגע קהלה אין אויפבליענדען שטאט "עמנואל"
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א קריטישע שריט צו לעזן דעם שווערן דירות-מאנגל און די טייערע פרייזן פאר דירות אין ארץ ישראל, גרייטן זיך חסידי לעלוב צו א פרישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב אין די אויפבליענדע שטאט עמנואל. זינט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א איז ארויף על כס האדמורו"ת מיט אריבער פופצן יאר צוריק, האט זיך די קהילה הערליך צעבליט מיט קהילות און בתי מדרשים אין בית שמש, ירושלים, בני ברק, אלעד, ביתר און ביז קיין צפ


יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה אפגעצייכנט בחצה"ק סערט וויזניץ
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN בחצר הקודש סערט וויזניץ איז דעם מוצאי שבת אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה, וואו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א האט מעריך געווען שולחנו הטהור ברוב עם הדרת מלך, אינאיינעם מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א זון פונעם בעל ההילולא. דברי זכרון איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' יעקב האגער שליט''א נכד בעל ההילולא, זון פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזנ


שמחת התנאים לרגל שידוך שליסן בבית משכנות הרועים - טשארנאביל - ראדאשיץ
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ שמחת האירוסין לרגל די שידוך שליסן פון החתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א, איידעם ביי הגרה"צ ר' אברהם קרויזהאר שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מראדאשיץ שליט"א פון רמה ד' בית שמש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א.


אויסגאבע טישל • פרשת אמור
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


ככלות השבעה: עלי' לציון פון הרבנית טווערסקי ע"ה אלמנת הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר,JDN דעם זונטאג ככלות השבעה צו די פטירה פון הרבנית טווערסקי ע"ה אלמנת הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא איז פארגעקומען די הקמת המצבה און עלי' לציון אין שפיץ פון די קינדער און איידעמער האדמור"ים והרבנים. עס האט נאכגעפאלגט מיטן מסיבת לחיים בביתה פון די נפטרת אין ירושלים.


בחורי חמד אין לעיקוואד האלטן מיט וויכטיג כינוס "שמרם" פאררופן דורך האד' מסקולען לעיקוואד
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פילצאליגע בחורי חמד פון איבער גאנץ לעיקוואוד האבן זיך באטייליגט אינעם גרויסן כינוס "שמרם", וואס איז פאררופן געווארן בפקודת כ"ק אדמו"ר מסקולען־לעיקוואוד שליט"א. ביים כינוס האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק איבער דעם חיוב וואס ליגט אויף יעדן זיך אפצושיידן פון די טריפה'נע טעכנאלאגישע כלים. ביים ציבור האט זיך נאך גוט געדענקט דער קאמף וואס כ"ק אדמו"ר בעל "מאור ישראל" מסקולען זצוק"ל האט געפירט אלע יארן קעגן די כל


דעלעגאציע גדולי ישראל וועלן אפרייזן קיין דרום־אמעריקע צו ראטעווען "קרן עולם התורה" אין שאטן פון גזירת הגיוס
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכדעם וואס די גדולי ראשי הישיבות בארץ הקודש האבן באשלאסן נישט פאראויסצוגיין מיט דעם יעצטיגן חוק הגיוס פלאן צוליב די שווערע סאנקציעס וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט אויסגערופן אויף די לומדי תורה, זענען די מנהיגי עולם התורה געקומען צו א החלטה אז מען מוז ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע פעולות פונעם "קרן עולם התורה" אויף א פרישן פארנעם אפצוראטעווען דעם עולם התורה פון א פינאנציעלן צוזאמענבראך, וואו די גדולי ישראל וועלן ווידער נע


הונדערטער תושבי לאנדאן ביי דינער רבתי לטובת "כולל חבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי לאנדאן האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון ביים דינער רבתי לטובת די גאליציאנער כולל "חיבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס. דאס קומט נאך זיבן יאר וואס ס'איז שוין נישט געווארן אפגעראכטן א חבת ירושלים דינער אין לאנדאן, צוליב דעם וואס כ"ק אדמו"ר מפשווארסק שליט"א וואס פלעגט יערליך אפרייזן קיין לאנדאן ספעציעל צו באשיינען דעם דינער, איז דאס יאר נולד געווארן דער פלאן צו צוריק מחדש זיין דעם יערליכן גרויסא


שיינע רבישע שידוך אין הויפן פון טשערנאביל - סאטמאר בארא פארק - צאנז סטעטן איילענד
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין בארא פארק איז פאריגע וואך געפראוועט געווארן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרה"צ ר' משה יהושע טווערסקי שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מצאנז סטעטן איילענד שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין בית אסתר זאל אין שפיץ פון די געהויבענע זיידע


קשר אחד: זעקס פרעכטיגע "שותפות'" דינערס דורך איחוד מוסדות באבוב-45
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום - הילל ל"ש מיט גייסטרייכע הרגשים האבן אלפי חסידי באבוב-45 מיטגעלעבט די אינהאלטסרייכע און אייגנארטיגע יערליכע דינער "קשר אחד" להחזקת המוסדות, וואס איז אויך היי-יאר אהערגעשטעלט געווארן אין א פארמאט פון זעקס קלענערע דינערס, דורכאויס די וואך פון פרשת אחרי קדושים אין די עמינענס זאל אין בארא פארק. זונטאג פאר די אברכים צעירים נאך די חתונה, מאנטאג פאר די אינגעלייט ביז 34 יאר, דינסטאג פאר אינגעלייט ביז 46 יאר,


קווינס: טויזענטער אידן מתפלל געווען ביים ציון פון הרה''ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלע זי''ע אין טעג ארום די יארצייט
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN טויזנטער האבן פאריגע וואך באלאגערט דעם בית החיים "בית יהודה" אין קווינס, מתפלל זיין על מקום מנוחתו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלע זצ"ל, וואס זיין יארצייט איז געפאלן ה' אייר. הרה"ק רבי אליעזר חיים ראבינאוויטש זצ"ל, אייניקל פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל מזלאטשוב זי"ע, האט געדינט ערשט אלס רבי אין יאמפאלע און שפעטער איז ער אנטלאפן קיין מזרח גאליציע וואו ער האט געדינט אלס רבי אין סקאליע און אויפגעשטעלט ד


חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל ארבעטן אויס לעצטע דעטאלן פון נייעם תקנות חתונה-זאל
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג זיצט די חתונה קאמיסיע דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל אויף העפטיגע באראטונגען איבער די לעצטע דעטאלן פון דעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן אין די נאנטע צוקונפט אינעם בנין הבית רחל החדש בנין קליין, וואו עס וועלן געפראוועט ווערן חתונות פאר דעם זעלבן שטוינענד ביליגן פרייז וויפיל עס קאסט א חתונה אין די בארימטער כינור דוד זאל אין שטאט. ווי די עסקנים גיבן איבער וועט דער נייער זאל זיין אהערגעש


חסידי דושינסקיא אין לאנדאן גרייטן זיך אויף געהויבענעם באזוך דורך כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי דושינסקיא אין לאנדאן הבירה האבן מיט גרויס התרגשות אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועט אויף קומענדיגן שב"ק פרשת בהר בחוקתי אנקומען צוגאסט אין די שטאט, און וועט דערביי מאציל זיין מהודו אויף די חסידים ותלמידים וואס קוקן ארויס מיט טיפע הרגשים מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת במחיצת הקודש דער רבי שליט"א קומט צו פארן לכבוד די שמחה במעונו, די בר מצוה פון אן אייניקל, א זון פון בנו חביבו הגה"צ רבי י


בני ברק: שמחת התנאים פון החתן נכד האד' ממישקאלץ מיט די כלה טאכטער פון הנגיד החסיד ר' בערל דאסקאל הי"ו
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממישקאלץ שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יחזקאל בערגער שליט"א דומ"ץ מישקאלץ, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק זוועהיל בני ברק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרבני החסיד ר' בערל דאסקל שליט"א מחשובי חסידי וויזניץ אין בני ברק, די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית וויזניץ אין בני ברק.


היסטארישע "שבת לנגידים" אין עיר הקודש טבריה מיט הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א די וואך פ' אמור
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישע שריט וועט דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פראווענען די וואך שבת פ' אמור א גרייסטרייכע שבת לנגידים אין עיר הקודש טבריה זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג אז דער רב שליט"א זאל ארויספארן פון ירושלים ובפרט אויף שבתים וואס דער רב שליט"א פראוועט אלץ אין ירושלים. צום שבת ווערן געלאדנט די חשובע נדיבי לב די נגידים ותומכים, וואס שליסן זיך אן מיט גרויסע סכומים לטובת מפעליו הקדושים און די ריזיגע צדקה קאסעס בנשיאותו פ


שטורמישע "דרשת פתיחת הזמן" איבערגעגעבן דורך ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א בהיכל ישיבת פאנאוויטש
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט נאכמיטאג האט מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבה סלאבאדקע אפגעהאלטן דעם "דרשת פתיחת הזמן" בהיכל ישיבת פונאוויטש במעמד פון די טויזענטער תלמידי הישיבה. בראשית דבריו האט דער ראש הישיבה געשילדערט פארשידענע זכרונות פונעם מקום תורה אשר הי' שם אהלו בתחלה, נאכדעם וואס די פאנאוויטשער רב ז"ל האט מייסד געווען די ישיבה. צווישן די ווערטער האט די ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט מיט גאר שארפע רי


האד' מתורת חכם וועט אונטערנעמען קורצע נסיעה קיין אייראפע צום הילולא פון הרה"ק רבי אייזיקל מקאמארנא זי"ע
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט זונטאג, האט זיך הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, ארויסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה קיין אייראפע לכבוד די הילולא קדישא פונעם הייליגן קאמארנער, הרה"ק רבי אייזיקל זי"ע בעל 'היכל הברכה', וועמענס יארצייט געפאלט היינט נאכט י' אייר. ווי ברייט באקאנט איז דער רבי שליט"א וואס זיין גאנצע עבודת הקודש איז מיוסד אויף תורת הקבלה, שטארק מקושר צום הייליגן קאמארנער זי"ע, וועלכער איז איינס פון די גרעסטע מנחילי תורת החן, ב


טויזנטער פוקד געווען ציון הק' פון הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע במקום מנוחתו אין פתח תקוה
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער כמידי שנה בשנה האבן טויזנטער אידן פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע וואס איז נסתלק געווארן ו' אייר שנת תרס"ט און איז מיט אריבער פופציג יאר צוריק ארויפגעברענגט געווארן קיין ארץ ישראל לקבורה אויפן בית החיים סגולה אין פתח תקוה. דער ציון הק' איז רונדע דעם יאר א מקום תפילה פאר אידישע קינדער און במיוחד אין די טעג ארום די הילולא קומען טויזנטער אידן קיין פתח תקוה פון איבערן גאנצן לא


שמחת קישור החיתון אין הויפן פון נדבורנא - מודזיץ - אפאלע - יערוסלאב
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם דינסטאג איז בשעה טובה ומוצחלת געשלאסן געווארן די שידוך פון די חתן א זון פון הרב אברהם רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מיעריסלאוו שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די שמחת התנאים איז פארגעקומען שפעטער אויפדערנאכט אין ביהמ"ד אפאלע אין בני ברק אין שפיץ פון די זיידעס האדמור"ים שליט"א.


סטעטן איילענד: ג' אייר ביים ציון פון הרב יהודה צבי שטיינער זצ"ל ברודער פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע
מוצאי שב"ק פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלמה ב.,JDN


bottom of page
