קווינס: טויזענטער אידן מתפלל געווען ביים ציון פון הרה''ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלע זי''ע אין טעג ארום די יארצייט
- 28 באפר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 29 באפר׳
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
טויזנטער האבן פאריגע וואך באלאגערט דעם בית החיים "בית יהודה" אין קווינס, מתפלל זיין על מקום מנוחתו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אליעזר חיים מיאמפאלע זצ"ל, וואס זיין יארצייט איז געפאלן ה' אייר.
הרה"ק רבי אליעזר חיים ראבינאוויטש זצ"ל, אייניקל פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל מזלאטשוב זי"ע, האט געדינט ערשט אלס רבי אין יאמפאלע און שפעטער איז ער אנטלאפן קיין מזרח גאליציע וואו ער האט געדינט אלס רבי אין סקאליע און אויפגעשטעלט דאס סקאליער חסידות.
דער יאמפאלער רבי איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט באטראטן דעם אמעריקאנער באדן ביי א באזוך אין שנת תר"נ. אין שנת תרע"ד איז ער אויך געווען אויף א באזוך אין אמעריקע מיט די רעכענונג שפעטער צו פארן קיין ארץ ישראל, אבער ער איז נפטר געווארן ה' אייר תרע"ו און איז געקומען לקבורה אין דעם בית החיים אין רידזשוואוד, קווינס, וואו זיין ציון געפינט זיך אין דער חלקה פון "מתיבתא תפארת ירושלים".
פילצאליגע אידן האבן פוקד געווען דעם ציון הק', וואס איז באקאנט אלס א פלאץ מסוגל פאר ישועות ורפואות, ספעציעל ווען מען איז דארט מתפלל אין טאג פון דער יארצייט.
מיט א באזונדערע התעוררות איז די הילולא קדישא אפגעראכטן געווארן בצל נכדו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכער האט פוקד געווען דעם ציון הק' מיט א גרויסן ציבור חסידים און אפגעראכטן דעם יארצייט טיש אין זיין בית מדרש אין בארא פארק בהשתתפות פון אייניקלעך פונעם בעל ההילולא און א ציבור חסידים.









תגובות