יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה אפגעצייכנט בחצה"ק סערט וויזניץ
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
בחצר הקודש סערט וויזניץ איז דעם מוצאי שבת אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה, וואו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א האט מעריך געווען שולחנו הטהור ברוב עם הדרת מלך, אינאיינעם מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א זון פונעם בעל ההילולא.
דברי זכרון איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' יעקב האגער שליט''א נכד בעל ההילולא, זון פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, מיט ברכת המזון על הכוס איז נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א.











תגובות