טויזנטער פוקד געווען ציון הק' פון הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע במקום מנוחתו אין פתח תקוה
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' אמור • ט' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
כמידי שנה בשנה האבן טויזנטער אידן פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע וואס איז נסתלק געווארן ו' אייר שנת תרס"ט און איז מיט אריבער פופציג יאר צוריק ארויפגעברענגט געווארן קיין ארץ ישראל לקבורה אויפן בית החיים סגולה אין פתח תקוה. דער ציון הק' איז רונדע דעם יאר א מקום תפילה פאר אידישע קינדער און במיוחד אין די טעג ארום די הילולא קומען טויזנטער אידן קיין פתח תקוה פון איבערן גאנצן לאנד געהאלפן צו ווערן מיט ישועות ורפואות בזכותו של אותו צדיק, ובראש זעהן זיך אן די אדמור"ים ורבנים לבית ספינקא שליט"א נכדי בעל ההילולא.
























































תגובות