top of page
מאסן צוזאמקום ביים רייכן דינער "בנותינו" לטובת בית חינוך לבנות בנות ציון ד'באבוב
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען די יערליכע דינער "בנותינו" לטובת בית חינוך לבנות "בנות ציון" ד'באבוב וואו אלפי חסידי באבוב תושבי בארא פארק זענען ארויסגעקומען מיט ווארימע שטיצע בגוף ובממון, לטובת די הייליגע חינוך אימפעריע מיט אירע דריי טויזנט תלמידות בלי עין הרע, די דינער איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת גאלדא אינעם בנין בנות ציון. וואו עס האט געדינט אלס יו"ר הרה"ג ר' אלכסנדר שמואל מייזעלס שליט"א, ר"מ בישיבת כרם שלמה ד'


יום טוב ל"ג בעומר בחצה"ק נדבורנא ירושלים | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ


מרבה ישיבה: חסידי פאפא פאלגן נאך מוצלח'דיגע סוקסעס פון ניי-געגרינדעטע "ישיבה גבוה דפאפא"
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בקרב חסידי פאפא ווערט מיט גרויס צופרידנהייט נאכגעפאלגט די מוצלח'דיגע אנטוויקלונג פון די נייע "ישיבה גבוה" וואס איז נתייסד געווארן צום אנהייב פונעם היי-יעריגן שנת הלימודים תשפ"ו, און דינט אלס הערליכע מסגרת הישיבה פאר די בחורים מופלגים פון די פאפא ישיבה נאכ'ן דורכגיין די ישיבה יארן אין קרית פאפא. די ישיבה איז געגרינדעט געווארן בעידודו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, לאור די דברות קודש וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען


וכבוד גדול עשו לו במותו: פילע טויזנטער ביי לויות פון הגאון הגדול רבי דוד מיכאל שמידל זצ"ל יו"ר "אתרא קדישא"
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בידלער קרעדיט: שוקי לרר, דוד ארזני טויזנטער אידן בני תורה פון אלע שיכטן און קרייזן האבן נעכטן מאנטאג באגלייט למנוחות דעם ארון הקודש פון הגאון האדיר רבי דוד מיכאל שמידל זכר צדיק לברכה, יושב ראש "אתרא קדישא", און ראש כולל ישיבת טבריא-קוממיות, וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין טיפן עלטער פון צוויי און ניינציג יאר. ביי די צוויי גרויסע לוויות אין ירושלים און אין בני ברק האבן מאסן אידן באוויינט דעם הסתלקות אדם הגדול בענקים


פייערליכע מעמד ההדלקה בחצר הקודש באבוב-45 מיטגעהאלטן דורך טויזנטער חסידים ותושבי בארא פארק
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם ליל ל"ג בעומר האבן אלפי חסידי באבוב-45 און תושבי בארא פארק פארשווארצט דעם גיגאנטישן שטח הענקי פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב-45 אין בארא פארק, וואו עס איז אויך היי יאהר אפגעהאלטן געווארן די מעמד ההדלקה רבתי מיט גרויס התעוררות בתופים ובמחולות דורך כ''ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א. בעפאר די מעמד האבן די חסידים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין און צוגיסן אויל ביים מדורה און צום באשטימטע צייט איז די


נֶגֶד צוֹרְרֶיךָ: ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון | חלק ב'
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ. אדלר אשרינו שזכינו, ברוך שהגיענו, שרייט זיך ארויס פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן זוכה געווען לעלות אל הר ה' און פייערן דעם הייליגן יו"ט ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון, על אפם וחמתם פון די ציוניסטישע אויטאריטעטן וואס האבן זיך היי-יאר ווידער פארלייגט מיט רשעות'דיגע באגרעניצונגען און אפיציעל פארשלאסן מירון אין טאג פון ל"ג בעומר. מה נהדר היה המראה, די שמחה עצומה וואס האט געפלאקערט רונדע די גאנצע מעת לעת, און


שמחה כפולה: שידוך שליסן בחצר הקודש באבוב; חתן כלה אייניקל פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: אברומי ברגר מיט גרויס פרייד זענען זיך חסידי באבוב צוזאמגעקומען דעם ליל שישי אפצוגעבן מזל טוב לרגל די שמחה בבית המלכות, די שמחת קישור החיתון פון הכלה אן אייניקל ביים רב שליט"א, בת לחתנו הגה"צ ר' חיים דוד וואקסמאן שליט"א דומ"ץ באבוב אין מאנסי, זון גיסו פון הרב החסיד ר' שמואל יהודה וואקסמאן שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יחזקאל טויבער שליט"א אב"ד באבוב מאנטריאל, זון פון הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ


אַשְׁרֵי הָעָם הֵם לוֹמְדֶךָ: יום טוב ל"ג בעומר בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א אויפגענומען אלס חבר ביד"ץ אין אנטווערפענער בית דין דקהל מחזיקי הדת
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם עיר ואם בישראל אנטווערפען איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א פריידיגע מעמד התמנות וואו עס איז אויפגענומען א פרישע חבר הביד"ץ אינעם בית דין דקהל מחזיקי הדת וואס נעמט אריין אלע היימישע קהילות הקודש אין שטאט. אין צוגאב צו די לאנגיעריגע חברי הביד"ץ, הגאן רבי יצחק זעקל פאללאק שליט"א און הגאון רבי עמרם העניג שליט"א איז אויפגענומען געווארן הגאון רבי אליעזר שמעון עקשטיין שליט"א מחזק צו זיין דעם עמוד ההוראה בתוככי הקהילה און שטיין על המ


בשיבה טובה ובכתר שם טוב: הרה"ח ר' הערשל מעלצער ע"ה זקן חסידי באבוב נפטר געווארן אין עלטער פון 104 יאר
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער האבן חסידי באבוב היינט באגלייט למנוחת עולמים דער זקן חסידי באבוב, הרה"ח ר' הערשל מעלצער ע"ה, וואס איז דעם שבת נפטר געווארן אין זעלטענע שיבה טובה עלטער פון 104 יאר. ר' הערשל איז געבוירן אין קשאנוב אין גאליציע חודש אדר שנת תרפ"ב. זיין טאטן ר' נחום מעלצער ע"ה איז געווען א ראדאמסקער חסיד און צו זיין בר מצוה איז ר' הערשל געפארן תפילין לייגן ביים לעצטן ראדאמסקער רבי זצ"ל. בימי בחרותו איז ער נתקרב געווארן צו א חבורה באבו


עמלים בתורה: גרויסארטיגע מבחן פומבי פאר גרעסערע קבוצה בחורי חסידי גור אין ראם פון לייכטערע "מזומנים" מסגרת
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענע אטמאספערע פון שמחה ותענוג רוחני האט ארומגענומען דעם בית המדרש הגדול גור, וואו טויזנטער חסידים האבן זיך פארזאמלט דעם דאנערשטאג צום גרויסן "מבחן פומבי" אויף גמרא רש"י, געווידמעט ספעציעל פאר די בחורי חמד וועלכע זענען אנגעשלאסן אין א לייכטערע מסגרת אין ראם פון מזומנים און וועלכן מען לאזט אויס די שווערע סוגיות הש"ס, זייענדיג דערביי א געלעגנהייט פאר בחורים אין יעדע דרגה צו פארזוכען די זיסקייט פון די תורה און זעהן א געוואלדי


וַאֲמַרְתֶּם כֹּה לֶחָי • ל"ג בעומר בצל כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


געהויבענעם באזוך פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין ניו יארק
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ביקור המרומם פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין ניו יארק: ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין מאנסי • ביים אהל הק' פון אדמור"י ליובאוויטש אין קווינס • באזוך ביי האדמור"ים מסאטמאר • באזוך ביי האדמו"ר מפאפא • באזוך ביי האדמו"ר מצעהלים • הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי באזוכט ביים רב • מוצאי שבת אין אין די מאנטיבעללא געגענט אין מאנסי • אויפן פליגער אהיים קיין ארה"ק


עָלָה מַעֲלוֹת רָמוֹת • ל"ג בעומר בחצר הקודש סקולען
מוצאי שב"ק פ' בהר בחוקתי • כ''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


תורתו מגן לנו: וויליאמסבורגער גאסן פארפלייצט מיט רבבות אידן ביי היסטארישע חגיגת "הכנסת ספר תורה" פון האד' מסאטמאר
פרייטאג פ' בהר בחוקתי • כ''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי - שלמה ב. - אייזיק ג. - י שטיין אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר מכל מקומות מושבותהים האבן מיטגעלעבט א הייליגע היסטארישע איבערלעבעניש בשמחת התורה דעם ל"ג בעומר נאכמיטאג, ווען דער רועה נאמן לעדתו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן די היסטארישע חגיגת הכנסת ספר תורה, וואס דער רבי שליט"א האט אליינס געלאזט שרייבן בהידור רב במשך די לעצטערע יארן מקיים צו זיין די מצוה פון 'ואתם כתבו לכם את השירה הזאת


מירון דאמעריקא: רבבות פרייען זיך מיט בשמחת הרשב"י ביי פייערליכער מעמד ההדלקה אין שטאט קרית יואל | ברייטע דעקונג
פרייטאג פ' בהר בחוקתי • כ''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: י. שטיין/שלום שווארץ/מושי קליין אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים, ווידער אמאל איז די שטאט קרית יואל פארוואנדלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות פאר רבבות אלפי ישראל וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען פון נאנט און ווייט זיך מיטצופרייען ביי די שמחה הגדולה לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי, ביים מעמד ההדלקה רבתי דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די הכנות צום מעמד האבן זיך שוין אנגעהויבן לאנגע וואכן און חדשים פריער דורך די ג


יום טוב ל"ג בעומר בחצר הקודש תולדות אהרן פאראיבער בהתעוררות רב | ברייטע דעקונג
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרוממות הנפש האבן חסידי תולדות אהרן מיטגעהאלטן דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס איז כבשנים קדמוניות פון די גרעסטע זמנים אין יאר אינעם הויף. מאנטאג נאכט נאך מעריב און ספירת העומר איז דער רבי ארויסגעקומען אויפן גרויסן באדן פארנט פון ביהמ"ד הגדול, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע סטעידזש פארן רבי'ן, און מאסן אידן האבן זיך צונויפגעזאמלט פון איבעראל צו מיטהאלטן די


הוּא יַמְלִיץ טוֹב בַּעֲדֵנוּ • ל"ג בעומר בחצר הקודש מונקאטש
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


הילולא קדישא פון הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל ביי נכדו האד' מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש לרגל די צוואנציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף סיגעט זצוק"ל האט נכדו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינאיינעם מיטן מלוה מלכה ברוב עם הדרת מלך. אויפצומארגנס זונטאג האט דער רבי באשיינט ביים יארצייט סעודה וואס ווערט אפגעראכטן יאר יערליך דורך הגה"צ רבי יודא אליעזר יונגער שליט"א אבד"ק יראים מאנסי בבית מדרשו, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש באגלייט מיט


אַשְׁרֵי עַיִן רָאַתְהוּ • ל"ג בעומר אין טשערנאבילער הויף
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


bottom of page
