עמלים בתורה: גרויסארטיגע מבחן פומבי פאר גרעסערע קבוצה בחורי חסידי גור אין ראם פון לייכטערע "מזומנים" מסגרת
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א זעלטענע אטמאספערע פון שמחה ותענוג רוחני האט ארומגענומען דעם בית המדרש הגדול גור, וואו טויזנטער חסידים האבן זיך פארזאמלט דעם דאנערשטאג צום גרויסן "מבחן פומבי" אויף גמרא רש"י, געווידמעט ספעציעל פאר די בחורי חמד וועלכע זענען אנגעשלאסן אין א לייכטערע מסגרת אין ראם פון מזומנים און וועלכן מען לאזט אויס די שווערע סוגיות הש"ס, זייענדיג דערביי א געלעגנהייט פאר בחורים אין יעדע דרגה צו פארזוכען די זיסקייט פון די תורה און זעהן א געוואלדיגע הצלחה אין זייערע לימודים מיט א געשמאק און קלארקייט.
שוין שעות פארן באשטימטן זמן, איז דער בית המדרש הגדול געווען פיל געפאקט מקצה אל קצה מיט טויזנטער חסידים, עלטערן, און זיידעס וואס זענען געקומען שעפן נחת און צוקוקן דעם מחזה הוד פון כבוד התורה.
א שטילקייט האט ארומגענומען דעם היכל ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז ערשינען בהדרו. דער רבי איז ארויף אויף דער בימת הכבוד מיט א זעלטענער הארת פנים, זעענדיג פאר זיך די הונדערטער בחורים פון די ישיבות גדולות, קטנות און מתיבתות, וואס זיצן גרייט צום פארהער. נעבן זיי זענען געזעסן די קינדער פון די תלמודי תורה מיט ווייסע העמדער, וואס לערנען אויך גמרא-רש"י מיט דעם זעלבן מסגרת.
מיטן פתיחת המעמד האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס זון הגה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א יושב ראש ארגון "מזומנים בידיו", וועלכער שטייט בראש פון די אלע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה.
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געוויס געווען דער פארהער וואס האט געדויערט איבער א שעה, ווען די צענדליגע בחורים וואס האבן זוכה געווען בגורל האבן געהאט די געלעגנהייט ארויסצווייזן זייער ידיעות התורה, ווען טייל פון זיי האבן שוין באוויזן אדורכצולערנען הונדערטער דפים גמרא, און טייל אפילו איבער טויזנט דף גמרא בעל פה.
דער באקאנטער בוחן הרה"ג ר' יעקב מאיר שפיטצער שליט"א האט אויסגעדריקט זיין טיפע באגייסטערונג זעענדיג די קלארקייט פון די בחורים. ער האט באמערקט אז אפילו אין די דפים וואס זענען פול מיט אגדות חז"ל, פסוקים און דרשות – וואס זענען געווענליך שווערער צו געדענקען – זענען די בחורים געווען ממש אויסגעקאכט כמונח בקופסא. הרב שפיטצער האט צוגעגעבן, אז די "מזומנים" רעוואלוציע האט שוין לאנג ארויסגעשפראצט אויסער די גבולות פון חצר הקודש גור, און היינט זענען דא פילע אנדערע קרייזן וואס שטרעבן צו קענען ש"ס "אזוי ווי אין גור".
דערנאך האט הרה"ג ר' יוסף צאלער שליט"א ראש ישיבות רוזין סאדיגורא, פארהערט די בחורים. נאכן פארהער האט ער אויסגעלויבט די בחורים און קינדער פאר זייער יגיעה, און זיך אויסגעדרוקט אז ער ווערט נתפעל יעדס מאל פונדאסניי ווען גרופעס בחורים קומען ארויף צו אים זיך פארהערן מיט אזא זיכערקייט.
צום שלוס פונעם דערהויבענעם מעמד, האט זיך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אויפגעשטעלט און באגריסט די אלע משתתפים מיט ווארעמע ברכות פאר הצלחה ווייטער אין די לימודים.


















