פייערליכע מעמד ההדלקה בחצר הקודש באבוב-45 מיטגעהאלטן דורך טויזנטער חסידים ותושבי בארא פארק
- לפני 43 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענעם ליל ל"ג בעומר האבן אלפי חסידי באבוב-45 און תושבי בארא פארק פארשווארצט דעם גיגאנטישן שטח הענקי פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב-45 אין בארא פארק, וואו עס איז אויך היי יאהר אפגעהאלטן געווארן די מעמד ההדלקה רבתי מיט גרויס התעוררות בתופים ובמחולות דורך כ''ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א.
בעפאר די מעמד האבן די חסידים געהאט די געלעגנהייט אריבערצוגיין און צוגיסן אויל ביים מדורה און צום באשטימטע צייט איז די רבי שליט"א ערשינען אויפן שטח ווי מ'האט תיכף אנגעהויבן די מעמד.
די התעוררות האט מען געקענט טאפן און די לופטן ווען די גאנצע עולם האט צוזאמען געזינגען די ווארעמהארציגע ניגוני התעוררות אנגעפירט דורך מקהלת ציון. אינצווישן האט די רבי משמיע געווען דברת קודש בגודל קדושת היום במשנתו פון התנא האלוקי רבי שמעון בן יוחאי, און די רבי שליט"א האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט רגשי שבח והודאה ווען פאריאר אזא צייט איז מען געשטאנען אויף אט דעם שטח, נאך איידער מען האט זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם ביהמ"ד און אצינד במלאות השנה האט מען שוין די זכי' צו דאווענען און אונזערע איידענע ביהמ"ד בס"ד.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הכנה והתעוררות, און מען האט אויסגערופן אז א נדבן הרוצה בעילום שמו האט אפגעקויפט די זכות הדלקה פארן פאנסטאסטישן סומע פון 50,000 דאלאר.
בשעת'ן זינגען איז די רבי צוגעגאנגען צו די מדורה און געגאסן פילע קריגלעך שמן, מיט די נעמען פון פילע חשובע נדיבים בעם וואס האבן בייגעשטייערט גרויסע סכומים להוצאות המעמד. דאן האט די רבי מכבד געווען גיסו הגה''צ אבד''ק באבוב 45 שליט''א צו גיסן שמן, און די רבי האט אנגעצינדן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וינועו אמות הסיפים. נאכ'ן אנצינדן דער מדורה איז די רבי געשטאנען ביים פייער עטליכע מינוט בשעת'ן מעודד זיין די רקודין בשלהבת אש קודש ווען דער גאנצער ציבור טאנצט אין די לופטן מיט א געוואלדיגן התעוררות.
דאן איז די רבי צוריקגעגאנגען למקומו אין די ציבור האט ווייטער געטאנצן זינגענדיג די ניגוני ל''ג בעומר, עס איז שוין געווען שפעט באנאכט ווען דער ציבור האט פארלאזט דעם שטח הענקי מיטנעמענדיג הויפענעס פון השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות נאך אזא געהויבענע און הייליגע מעמד מבואו ועד צאתו.





























