שמחה כפולה: שידוך שליסן בחצר הקודש באבוב; חתן כלה אייניקל פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: אברומי ברגר
מיט גרויס פרייד זענען זיך חסידי באבוב צוזאמגעקומען דעם ליל שישי אפצוגעבן מזל טוב לרגל די שמחה בבית המלכות, די שמחת קישור החיתון פון הכלה אן אייניקל ביים רב שליט"א, בת לחתנו הגה"צ ר' חיים דוד וואקסמאן שליט"א דומ"ץ באבוב אין מאנסי, זון גיסו פון הרב החסיד ר' שמואל יהודה וואקסמאן שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יחזקאל טויבער שליט"א אב"ד באבוב מאנטריאל, זון פון הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק דזיבוי שליט"א.
דער שידוך איז געשלסן געווארן פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, און ווי עס איז דער סדר התקנות פון "חיים של שלום" דחסידי באבוב ווי איינגעפירט דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, פראוועט מען דעם שמחת התנאים צוזאמען מיטן ווארט אויף גאר א באשיידענעם אופן מיט בלויז אן ענגן קרייז משתתפים. אזוי איז דער שמחת קישור החיתון אפגעראכטן געווארן בביתו נאווה קודש פונעם זיידן דער באבובער רב שליט"א. דער רב האט מכבד געווען די זיידע הגה"צ אבד"ק דזיבוי שליט"א צו ליינען די תנאים, און עס האבן אויפגעטרעטן די זיידע הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א און דער מחותן דומ"ץ באבוב מאנסי וועלכע האבן ארויסגעברענגט זייערע הרגשים לכבוד די שמחה.
שפעטער ביינאכט איז דער רב ערשינען צום מעמד אמירת מזל טוב אין היכל השולחנות לקול תרועת השמחה, דער רב שליט''א האט געטרינקען לחיים און ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו די גרויסע שמחה און געזאגט אז ער האט אינזין לרקד אתלת, זייענדיג סיי א זיידע פון די חתן, און א פעטער פון ביידע צדדים, קודם א שוואגער פון זיידע פון חתן הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א און א צווייטע מאל אלס שוואגער פון די זיידע מצד הכלה הרה"ח ר' יודא וואקסמאן שליט''א. דער רב שליט"א האט נאכגעזאגט א שטיקל פון ספה''ק דברי שלמה לעורר זכות אבות פון די דאפלטע זיידע דער באבובער רב ז"ל, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור בעידן חדוותא.
מיט א שיינעם דרשה האט אויפגעטרעטן די זיידע הגה"צ אבד"ק דזיבוי שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די שמחה זיך משדך צו זיין מיט'ן רב שליט"א און דערמאנט דאס ידידות מבית אבותיו פון אביו און זקינו די ריסקאווא רב זצ"ל מיט הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, און די גאנצע ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע זיידעס און מחותנים.

































