מאסן צוזאמקום ביים רייכן דינער "בנותינו" לטובת בית חינוך לבנות בנות ציון ד'באבוב
- לפני 12 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם זונטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען די יערליכע דינער "בנותינו" לטובת בית חינוך לבנות "בנות ציון" ד'באבוב וואו אלפי חסידי באבוב תושבי בארא פארק זענען ארויסגעקומען מיט ווארימע שטיצע בגוף ובממון, לטובת די הייליגע חינוך אימפעריע מיט אירע דריי טויזנט תלמידות בלי עין הרע, די דינער איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת גאלדא אינעם בנין בנות ציון. וואו עס האט געדינט אלס יו"ר הרה"ג ר' אלכסנדר שמואל מייזעלס שליט"א, ר"מ בישיבת כרם שלמה ד'באבוב.
נאכן פתיחת המעמד האט ער מכבד געווען דער נואם הכבוד פה מפיק מרגלית הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיצער שליט"א, ראש ישיבת תורת צבי ספינקא, וועלכער האט געהאלטן דעם ציבור געשפאנט מיט זיינע דברי פי חכם חן, איבער דעם נושא פון שידוכים, און עקסטער ארויסגעברענגט ווי קהילת באבוב איז געווען די ערשטע קהילה מטיב צו זיין שדכנים וואס פירן אויס שידוכים פאר עלטערע בחורים און מיידלעך — א שריט וואס איז נאכגעטון געווארן אין מערערע קהילות איבער דער גאנצער וועלט. ער האט אויך דערמאנט לשבח דעם מפעל "עזר מקודש", וואס טוט אויף גדולות ונצורות אין די נושא פון שידוכים.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א האט דאן פארטיילט לחיים פאר די גרעסערע נדיבים בעם, און משמיע געווען דברות קודש און דברי הדרכה פאר די הורי המוסדות וועלכע האבן מיט א יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים. בהוראת הקודש פונעם רב שליט"א האבן די נשים צדקניות אויך מיטגעהאלטן די דברות קודש דורכ'ן טעלעפאן, ווען דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן א יסודות'דיגע שמועס בעניני צניעות והנהגת הבית, און אנגעוואונטשן אלע פארזאמלטע.
























