יום טוב ל"ג בעומר בחצר הקודש תולדות אהרן פאראיבער בהתעוררות רב | ברייטע דעקונג
- לפני 16 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרוממות הנפש האבן חסידי תולדות אהרן מיטגעהאלטן דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס איז כבשנים קדמוניות פון די גרעסטע זמנים אין יאר אינעם הויף.
מאנטאג נאכט נאך מעריב און ספירת העומר איז דער רבי ארויסגעקומען אויפן גרויסן באדן פארנט פון ביהמ"ד הגדול, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע סטעידזש פארן רבי'ן, און מאסן אידן האבן זיך צונויפגעזאמלט פון איבעראל צו מיטהאלטן די הייליגע מאמענטן בשלהבת אש קודש. איידערן צינדן האט מען פייערדיג געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות און ניגוני ימים נוראים כהכנה דרבה, בעת דער רבי שליט"א האט צוגעגרייט די מדורה כראוי, די זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הנגיד ר' נחום זלמן רוקח הי"ו פון לעיקוואד, וועלכער האט איבערגעגעבן די פאקל פארן רבי'ן מעלה צו זיין די אבוקה לכבוד התנא האלוקי.
מיט א תפילה חרישית און אן התעוררות נפלא וואס האט יעדן מיטגעצויגן, האט דער רבי אנגעצינדן דעם מדורת אש, און ספאנטאן האט דער ציבור אויסגעבראכן מיטן "לכבוד התנא האלוקי" און דערנאך די פזמונים וואס האט אנגעהאלטן לענגערע שעהן ולילה כיום יאיר. בשעת די ריקודין האט דער רבי שליט"א געטאנצן אהין און צוריק מיט א געוואלדיגע התלהבות, און געהויבן דעם ציבור אין די לופטן.
צומארגנס בעיצומו של יום איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די אברכי הכולל און בחורי חמד. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמדי החאלאקע'ס בשירה וזמרה, וואו דער רבי האט געשוירן די הונדערטער חאלאקע קינדער תלמידי המוסדות פאר ארום צוויי שעה. נאך די חאלאקע'ס איז דער רבי ווידער ארויס אין רחבת ביהמ"ד און אפגעראכטן נאך א מעמד ההדלקה וואו דעם רבינס מסורה מאז ומקדם, וואס ער פלעג בימים כתיקונם אפרעכטן אין אתרא קדישא מירון.
דורכאויס די נאכמיטאג שעה'ן זענען פארגעקומען ריקודין דורכ'ן גאנצן ציבור בכלי שיר וזמר אנגעפערט דורך די בעלי מנגנים פון די תולדות אהרנער קאפעליע, ווען אינצווישן איז צוגעשטעלט געווארן א סעודה רחבה לכבוד היום.
שפעטער נאכמיטאג בעת נעילת שער פונעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, איז דער רבי אריינגעקומען צום גרויסן שולחן הטהור במעמד טויזנטער חסידים. דער טיש איז געווען כל כולו התעוררות, מען האט געזינגען ניגוני דביקות און דער רבי האט אנגעצינדן צען גרויסע ליכט לכבוד התנא האלוקי. א מחזה הוד איז געווען ווען דער רבי איז געטאנצן פאר לאנגע מינוטן מיט די ליכט אין די הענט, זיך הייבנדיג אין די העכערע ספערן בשמחתו של רשב"י.
דורכאויס דעם טיש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש בגודל קדושת היום און די השפעות וואס מען איז זוכה אין די טאג, ביים ענדע פונעם טיש האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
תיכף נאכ'ן געהויבענעם טיש, האבן זיך ארויסגעלאזט שיירות, מיט אריבער צוואנציג באסעס, קיין אתרא קדישא מירון. די רייזע איז אריבער מיט שווערע טלטולי דרכים, ביז ווען ארום דריי אזייגער פארטאגס ווען אלע באסעס האבן ענדליך דערגרייכט מירון.
נאך דריי אזייגער פארטאגס האט דער רבי שליט"א פארלאזט ירושלים, מיט א ספעציעלע "ספרינטער" אויטא כדי צו פארגרינגערן די לאנגע וועג. קרוב צו זעקס אזייגער צופרי, ביים נץ החמה, איז דער רבי אנגעקומען קיין מירון.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו איינע פון די צימערן על גג הציון, און נאך עטליכע מינוט ארויסגעקומען צום מעמד הדלקה, דער רבי האט אריינגעלייגט וואטע אויף די מדורה וואס האט נאך געברענט פון פריער און ארומגעארבעט כדרכו בקודש, ווי זיין שטייגער בשנים קדמוניות, בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות רחמים.
די זכות ההדלקה אפגעקויפט געווארן פארן סכום פון 22 טויזנט דאללאר דורך איינע פון די נדיבים וואס איז געווען אנוועזנד.
דערנאך האט דער רבי געצינדן די מדורה און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טאנץ לכבוד התנא האלקי, ספעציעל ביי "אמר רבי עקיבא" וואס דער רבי האט איבער'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל, און געמאכט תנעות, בשעת דער ציבור הייבט זיך טפחיים על גבי קרקע.
דער בעל מנגן ר' מאיר סטאריק האט אנגעפירט מיט די ניגונים, כאטש עס איז נישט געווען קיין כלי זמר צוליב דעם וואס עס איז שוין געווען למחרת ל"ג בעומר.
צום שלוס האט דער רבי זיך אנגערופן "ביי קדשים הלילה הולך אחר היום, ס'איז נאך א שטיק רבי שמעון", און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, און מ'האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.
דער רבי האט געהייסן אויסרופן אז די חסידים וואס פארן צוריק קיין ירושלים נאך פאר'ן דאווענען, זאל נישט פארגעסן צו ליינען קריאת שמע בזמנה. דער רבי איז פון דארט געפארן קיין עיר הקודש צפת, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש אין די אכסניא בבית הנגיד ר' יצחק משה יאגודה הי"ו, ביז קומענדיגן יום טוב שבועות.

































































































































