top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נֶגֶד צוֹרְרֶיךָ: ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון | חלק ב'

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 5 דקות

מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ. אדלר

אשרינו שזכינו, ברוך שהגיענו, שרייט זיך ארויס פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן זוכה געווען לעלות אל הר ה' און פייערן דעם הייליגן יו"ט ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון, על אפם וחמתם פון די ציוניסטישע אויטאריטעטן וואס האבן זיך היי-יאר ווידער פארלייגט מיט רשעות'דיגע באגרעניצונגען און אפיציעל פארשלאסן מירון אין טאג פון ל"ג בעומר.


מה נהדר היה המראה, די שמחה עצומה וואס האט געפלאקערט רונדע די גאנצע מעת לעת, און נאכפאלגנדע נאכט במוצאי האי יומא רבא, דורך רבבות אלפי ישראל וועלכע האבן מיט מסירת נפש געקלעטערט אויף די וועגן און שטעגן און דורך די וועלדער ומערות צורים, ביז זיי האבן זוכה געווען לבוא אל חצר רבי שמעון הפנימית און אפרעכטן דעם הייליגן טאג ביים תנא אלקי.


דער טאג איז אריבער מיט א געוואלדיגע געהויבנקייט העכער אלע ערווארטונגען, און כאטש ס'איז נישט געווען דער ציבור פון הונדערטער טויזנטער אידן, ווי אלע יארן, און ווי אויך איז נישט געווען די אפיציעלע גרעסערע הדלקות, איז אבער אלעס אנגעגאנגען מיט א התרוממות עילאה, ס'האט זיך געטאפט די אטמאספער פון 'יום כיפור אינעווייניג און שמחת תורה אינדרויסן', און די גאנצע הילולא ביים ציון הק' איז אנגעגאנגען אומגעשטערט.


דער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט די צענטראלע הדלקה בליל התקדש ל"ג בעומר, דורך כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער האט אנגעהאלטן חזקת אבותיו און מדליק געווען את המדורה, וואס איז היי-יאר מיטגעהאלטן געווארן דורך אן ענגע באטייליגונג פון בלויז עטליכע הונדערט אידן. שפעטער ביינאכט איז פארגעקומען דער מעמד הדלקה דורך הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א בחצר בית מדרשו אין מירון, און דערנאך געפראוועט א געהויבענעם טיש לכבוד היום.


ווי אויך איז די ערשטע נאכט אנגעקומען קיין מירון הגה"צ המשפיע ר' נחמן בידערמאן שליט"א מ'לעלוב, און געפראוועט א פייערליכע הדלקה אין איינע פון די חצרות אין מושב מירון, אינאיינעם מיט א שיינעם צאל מעריצים ושומעי לקחו, געסט פון אמעריקע. מ'האט צוערשט געדאוונט מעריב און ספירה, און דערנאך האט דער משפיע אויפגעטרעטן מיט פלאם פייערדיגע דיבורים בגודל קדושת היום והמקום אתרא קדישא מירון, און אנגעצינדן די מדורה מיט גרויס התרוממות.


ווי אויך איז דורכאויס די נאכט אנגעקומען קיין מירון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער האט צוערשט געדאוונט מעריב בבית האכסניא, און דארט מדליק געווען די נירות לכבוד ל"ג בעומר, און מ'האט געזינגען די פיוטים חזן וקהל מיט ברען און התלהבות. דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויף צום גג הציון און דארט מתפלל געווען פאר איבער א שעה צייט.


צומארגנס במשך היום ל"ג בעומר איז געקומען קיין מירון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, דער רב האט נישט געוואלט ארויפגיין צום ציון, כדי צו פארמיידן א שטופעניש, נאר אנשטאט זיך אפגעשטעלט אונטן פון די בארג און דארט זיך געשטעלט דאווענען מנחה געזאגט תהילים, און געשוירן די חאלאקא קינדער. דערנאך האט דער רב איבערגעגעבן זיינע קוויטלעך פאר די חסידים, זיי זאלן דאס ארויפטראגן צום ציון. ווען איינער איז צוגעקומען בעטן א ברכה, האט דער רב מיט זיין עוונת חן געזאגט "ביזט דאך דא ביי רבי שמעון, גיי צו אים". ווי אויך איז במשך היום אנגעקומען קיין מירון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, באגלייט דורך א גרויסן עולם חסידים, דער רבי האט געזאגט תהילים און מעתיר געווען א לענגערע צייט למען הכלל והפרט.


כאטש במשך די צופרי שעה'ן איז געווען אסאך א קלענער ציבור ווי נארמאל, אבער ווי אומגלויבליך האט זיך באוויזן אין די נאכמיטאג שעה'ן ווען די גאסן האבן אנגעהויבן שווארץ ווערן פון צענדליגער טויזנטער אידן וואס האבן געהאלטן אין איין אנקומען אין מירון, די מערה איז געווען פול געפאקט עד אפס מקום, און ס'איז געווען א קידוש ה' ווען די גאנצע סדרנות און ארדענונג איז געטאן געווארן דורך בלויז היימישע יונגעלייט, וזר לא יתערב בשמחת התנא האלקי.


די הכנסת אורחים'ס האבן געווירבלט מיט טויזנטער אידן, און די מוזיק אין חצר איז אנגעגאנגען במשך דעם גאנצן מעת לעת, און ווי אויך די נאכט במוצאי ל"ג בעומר, ווען דער שטראם האט זיך נישט אויפגעהערט במשך די גאנצע נאכט עד אור הבוקר.


לעת ערב איז אנגעקומען הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, צוערשט צוגעפארן צום בית האכסניא אין מושב מירון, און דארט געפראוועט א געהויבענער מעמד "נעילת היום", פאר לענגערע שעות נאכאנאנד אפגעראכטן ריקודין קדישין, מיט'ן השתתפות פון הונדערטער אידן וואס זענען געקומען מיטלעבן דעם געהויבענעם עת רצון עת כי פנה יום.


ארום 11:30, במוצאי ל"ג בעומר, איז ווי באריכטעט אנגעקומען קיין מירון הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ריש חבורת נחלת יעקב, נאכ'ן קלעטערן דורך די וועלדער פאר שעות ארוכות. נאך א קורצע אפרו בבית האכסניא, איז דער משפיע זיך געגאנגען מטהר זיין אין די פראוויזארישע מקוה אין חצר פון משפחת מילער אין מושב מירון, כהכנה צום מעמד הדלקה.


נאך די מקוה איז דער משפיע אנגעקומען צום מתחם הדלקה, און מעריך געווען א מעמד קדוש ונורא בהשתתפות טויזנטער אידן וואס האבן איבערגעפילט די הויכשטאקיגע פארענטשעס, זייענדיג היי-יאר די סאמע-גרעסטע הדלקה אין אתרא קדישא מירון, און איז געווען א גירא בעיני דשיטנא. מ'האט געזינגען אסאך ניגוני התעוררות, און דער משפיע האט משמיע געווען לענגערע קאכעדיגע דיבורי הכנה, זיך אויסדרוקנדיג מיט זעלטענע לשונות פון שמחה וקורת רוח אז ער האט זוכה געווען אנצוקומען קיין מירון.


נאכ'ן אנצינדן די מדורה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין עלאין מיט גרויס ברען בות, ספעציעל ווען דער משפיע האט אנגעהויבן דעם באוואוסטער מירונ'ער ניגון "מיר זענען אין מירון ביי רבי שמעון", און זיך ארויסגעלאזט אין א קאדאטשקע אויף די בימה פאר איבער א האלבע שעה מיט גרויס התלהבות.


נאך די ריקודין האט דער משפיע אויסגערופן אז דער עולם זאל זיך מזרז זיין כדי מ'זאל נאך קענען דאווענען מעריב און ספירת העומר במתינות פאר'ן עלות השחר. דער משפיע איז דאן ארויף צום ציון און אפגעראכטן אן עבודה נלהבה פון מעריב און ספירת העומר פאר איבער א שעה צייט, און דער ציבור איז אריבער געבן קוויטלעך. דערנאך האט זיך דער משפיע צוגעגרייט צו תפלת שחרית, און אנגעהויבן דאווענען אין א פריוואטע צימער על גג הציון, פאר שמו"ע, ביים נץ החמה, איז ער ארויסגעקומען צום היכל רבי אלעזר, און נאכ'ן דאווענען איז ער צוגעגאנגען צוגעדעקטערהייט מיט'ן טלית צום ציון און מתפלל געווען מיט יאמערליכע בכיות פאר א האלבע שעה צייט. נאכ'ן דאווענען איז דער משפיע צוריק אהיימגעפארן קיין ירושלים.


דורכאויס די נאכט איז אויך אנגעקומען קיין מירון כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א, וועלכער האט זיך ארויסגעלאזט פון ירושלים נאכ'ן טיש לכבוד היום, באגלייט דורך עטליכע באסעס וואס האט געפירט קהל חסידיו. מ'איז אפגעשטעלט געווארן עטליכע מאל דורכאויס די נאכט דורך די פאליצייאישע בלאקאדעס, ביז מ'איז ענדליך אנגעקומען קיין טבריא, וואו מ'האט געדאוונט מעריב ביים ציון רחל אשת רבי עקיבא, און דערנאך ממשיך געווען ביז'ן אנקומען קיין מירון, שוין ארום האלב פיר פארטאגס.


דער רבי שליט"א איז צוערשט צוגעגאנגען צום שטח פון תולדות אהרן, און דארט אפגעראכטן געהויבענע ריקודין פאר איבער א שעה צייט, אויף ניגוני מירון און ניגוני קארלין, און ארום 5 פארטאגס אפגעראכטן א לחיים טיש, וואו מ'האט געשטעלט וויין לכבוד התנא האלקי.


ביים נץ החמה איז ערשינען אין מירון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א באגלייט דורך א גרויסן ציבור חסידים, פוקד צו זיין דעם ציון המציונת במוצאי האי יומא רבא. דער רבי איז אנגעקומען מלובש בבגדי שבת לכבוד ל"ג בעומר. דער רבי איז צוגעגאנגען צו איינע פון די צימערן על גג הציון, און נאך עטליכע מינוט ארויסגעקומען צום מעמד הדלקה אויפ'ן שטייגער פון די לעצטערע יארן, דער רבי האט אריינגעלייגט וואטע אויף די מדורה וואס האט נאך געברענט פון פריער און געגאסן שמן מיט גרויס ברען און התלהבות כדרכו, בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות רחמים.



bottom of page