וכבוד גדול עשו לו במותו: פילע טויזנטער ביי לויות פון הגאון הגדול רבי דוד מיכאל שמידל זצ"ל יו"ר "אתרא קדישא"
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בידלער קרעדיט: שוקי לרר, דוד ארזני
טויזנטער אידן בני תורה פון אלע שיכטן און קרייזן האבן נעכטן מאנטאג באגלייט למנוחות דעם ארון הקודש פון הגאון האדיר רבי דוד מיכאל שמידל זכר צדיק לברכה, יושב ראש "אתרא קדישא", און ראש כולל ישיבת טבריא-קוממיות, וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין טיפן עלטער פון צוויי און ניינציג יאר.
ביי די צוויי גרויסע לוויות אין ירושלים און אין בני ברק האבן מאסן אידן באוויינט דעם הסתלקות אדם הגדול בענקים, און עס זענען געהערט געווארן א לאנגע רייע פון הספדים דורך גדולי ישראל, וועלכע האבן בקול בוכים באוויינט די שרעקליכע אבידה שאין לה תמורה, און פה אחד ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע גאונות בכל מכמני התורה, זיין התבטלות צו זיינע גרויסע רבי'ס דער חזון איש און דער בריסקער רב זי"ע פון וועמענס שיטה און השקפה ער האט זיך קיינמאל נישט אוועקגערירט, און זיין געוואלדיגע הרבצת התורה סיי אלס ראש הכולל און סיי אין די ספרים וואס ער האט ארויסגעגעבן לאור עולם.
בפרט איז ארויסגעברענגט געווארן זיין פעלזן-פעסטע קאמף מיט אן אומגלוביגער מסירות נפש קעגן די גראבונגען ביי די קברי קדמונים לענגאויס גאנץ ארץ ישראל, זייענדיג דער גודר גדר ועומד בפרץ וואס האט נישט גערוהט ווען עס איז געקומען צו כבוד המתים, און זיין גאנצע מהות איז געווען ריין פון אינטערעסן אדער חשבונות, און נאר געצילט פאר כבוד שמים.
די לוויה האט זיך אנגעהויבן פארנט פון כולל חזון איש אין בני ברק, וואו טויזנטער אידן האבן איבערגעפילט די ארומיגע גאסן, די הספדים זענען לויט די צוואה פונעם גרויסן נפטר געזאגט געווארן אויף אידיש, וואו עס האבן אויפגעטרעטן הגאון הצדיק רבי מאיר גריינמאן שליט"א פלאמעניק פונעם חזון איש, הגאון רבי חיים פיינשטיין שליט''א ראש ישיבת עטרת שלמה, הגאון רבי שריאל רוזנברג, און הגאון רבי שאול קרליץ ראשי כולל חזון איש, הגאון רבי מנחם מענדל לובין רב שכונת רמת אהרן, און הגאון רבי משה בויאר שליט|א וועלכער האט אויך פארגעזאגט פרקי תהילים מיט גרויס התעוררות, דורך'ן טעלעפאן איז געהערט געווארן דער הספד פון זיין איידעם הגאון רבי חזקיהו טורטשין שליט''א וועלכער געפונט זיך אין אויסלאנד.
בראש המלווים ביי די לוויה אין בני ברק האבן זיך אנגעזען די גדולי ומאורי הדור צווישן זיי הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע, זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן, האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, בוהוש, שבט הלוי, חוג חתם סופר, הגאון הגדול רבי צבי פרידמאן מנהיג בני תורה, הגאון רבי שבח צבי רוזנבלאט גאב"ד בני ברק, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט''א, און נאך פיל.
פון בני ברק איז די מיטה געפירט געווארן קיין ירושלים וואו מאסן אידן האבן אפגעווארט דעם מיטה ביי ככר השבת. דארט האבן משמיע געווען דברי נהי וקינה הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער גאב"ד קרית הרמ"א וחבר הבד"ץ העדה החרדית, הגה"צ המשגיח רבי דן סגל שליט''א, הגאון רבי משה זאב זארגער דומ"ץ סאטמאר ירושלים, הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין מנהיג קהילות הפרושים, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א, הרה"ג ר' שאול גאלדמאן שליט''א און בני המשפחה חתנו הרה"ג ר' מרדכי יאיר כהן שליט''א און בנו יחידו הרה"ג ר' הלל יהודה שמידל שליט"א.
צווישן די מלוים אין ירושלים האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, משכנות הרועים, תורת חכם, קרעטשניף סיגעט, שומרי אמונים ירושלים, מבקשי אמונה, הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאוויטשיק ראש ישיבת בריסק, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן חבר בד"ץ העדה החרדית, הגה"צ רבי גמליאל רבינוביץ און נאך.
קרוב לחצות הלילה איז דער גרויסער נפטר געברענגט געווארן לקבורה אויפן הר הזיתים, נאכן סתימת הגולל האט דער מקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט''א אויסגעשריגן קבלת עול מלכות שמים מיט גרויס התעוררות.











































































































