top of page
תשעה באב ביי הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א | בילדער גאלעריע
מוצאי שבת פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


בָּכוֹ תִבְכֶּה בַּלַּיְלָה • תשעה באב ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


בכה תבכה בלילה: תיקון חצות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום קרויס - JDN


מאסן חסידים ואנשי מעשה וועלן מיטהאלטן פייערליכע סקולענער סעודת הודאה אין בארא פארק בצל האחים האדמורי"ם מסקולען
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: JDN מיט שבח והודאה גרייטן זיך טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטצוהאלטן היינטיגן מוצאי שבת קודש די פייערליכע מעמד "סעודת הודאה", וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין די סקולענער הויף, ביי וועלכע מען וועט אפגעבן שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים פון די הצלה ושחרור פון די צדיקי בית סקולען, כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "נועם אליעזר" זצוק"ל ובנו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "מאור ישראל" זצוק"ל. די ברידער כ"ק האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב ס


האד' מתולדות יהודה באזוכט ביי האד' מדינוב ארה"ק נאכן איבערגעבן דרשת התחזקות בבית מדרשו אין ביתר
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני נעכטן אוונט האבן זיך הונדערטער תושבי ביתר צוזאמגענומען אין בית המדרש הגדול דינוב, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א האט געהאלטן א ווארעמע דרשת התעוררות שטייענדיג אין די גרויסע טעג פון בין המצרים. צווישן די משתפפים האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מדינוב ארה''ק שליט"א, דער מרא דאתרא הגה''צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר און נאך רבנים חשובים פון שטאט. נאך די דרשה איז דער רבי שליט"א ארויפגעגאנגען אויף א באז


עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם: האד' מוויען ביים אפרעכטן תיקון חצות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


פערטע יארצייט פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טובי' אפגעצייכנט אין ירושלים עיה"ק
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי פארלאפענעם דאנערשטאג ב' אב האט דאס יהדות החרדית אפגעצייכנט מיט גרויס געגועים די פערדע יומא דהילולא פון מרא דארעא קדישא הגה"ק רבי יצחק טובי' ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים ובעל "שערי טובי'", וועלכער איז נסתלק געווארן ביום ב' מנחם אב תשפ"ב. טראץ וואס ס'איז שוין פארביי גאנצע פיר יאר זינט די הסתלקות פון דעם גאון וצדיק, איז דער פארלוסט נאך אלץ פריש און דער גרויסער חלל אינעם ישוב הישן שפירט זיך שטארק אין אלע קרייזן,


אויסגאבע טישל • פרשת ואתחנן
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


היסטארישע אנטדעקונג פון עיר קבורת רש"י הק' דורכאויס נסיעה פון ישיבת וויזניץ לאנדאן צו מקומות הק' אין פראנקרייך
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג ווערט באקאנט א היסטארישע אנטפלעקונג איבער די שטאט וואו דער רבן של ישראל, דער הייליגער רשי ז"ל, ליגט באהאלטן, וואס איז ביז'ן היינטיגן טאג געווען מוטל בספק, און ס'איז געווען באצייכנט אלס "לא נודע קבורתו", אבער אצינד איז דאס פעסטגעשטעלט געווארן מיט א הונדערט פראצענטיגע קראנטקייט. ווי באקאנט איז רש"י הק' געבוירן געווארן און געוואוינט רוב יארן אין שטאט טרויש, פראנקרייך, וואס דארט האט ער אויפגעשטעלט זיין ישיבה און געש


צענדליגער טויזנטער אידן האבן געשטראמט קיין צפת פוקד זיין ציון קוה"ק פונעם אריה"ק זי"ע בימי ההילולא
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהודה ווייס, אלימלך גרסטל, יוסי לוי,JDN בדחילו ורחימו האבן רבבות אלפי ישראל געפראוועט דעם הייליגן טאג ה' אב, יומא דהילולא קדישא פונעם רבן ומאורן של כל ישראל מרן האר"י הקדוש זי"ע, באתרא דמר אינעם עיר המקובלים צפת. ווי באוואוסט איז דער ציון הקדוש א תל תלפיות פאר צענדליגער טויזנטער אידן, און בפרט איז עס באקאנט אין אלע דורות אלס מקום סגולה לישועות גדולות, און אידן זעהן דארט אפענע מופתים און ישועות למעלה מדרך הטבע אין זכ


אדמת קודש הוא: האד' מנדבורנא אנגעקומען קיין בישטינא בימים המסוגלים פון די ניין טעג
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם וואך ערב ראש חודש אב איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א ארויסגעפארן אויף א קורצע נסיעה קיין אייראפע, וואו דער רבי שליט"א האט געעפענט די געהויבענע מעמדי התפילה ביים ציון המצוינת פון זקינו דער פועל ישועות, הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע, וואו טויזנטער אידן דרייען זיך דורך, אין לויף פון די ניין טעג כידוע. דער רבי שליט"א האט אויך באזוכט אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך די געט


יערליכע באזוך פון האד' מסקווירא מב"פ אין "מחנה סקווירא" אין וואודריזש
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון ב"פ האט פאריגן שבת פ' מטות מסעי אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די יונגל קעמפ 'מחנה סקווירא' אין וואודרידזש און דארט געפראוועט א דערהויבענע שבת מיט די באטייליגונג פון די תושבי המחנה. פרייטאג נאכמיטאג ביים אנקומען אין קעמפ האבן די ילדי תשב"ר און בחורי חמד אפגעווארט דעם רבי'ן מיט פענער אין די הענט און האבן געזינגען ניגוני שמחה. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין די אודיטוריום ווי עס א


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מעיין אין דעם קונטרס "איש על העדה", וואס איז ערשינען לכבוד הילולא קדישא פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה, אהיימפארנדיג פון דער יארצייט סעודה היינטיגן ליל שישי. (קרעדיט: יחיאל רייכמאן) ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים בענטשן דעם קליינעם יתומ'ל, זון פון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, וואס איז טראגיש אומגעקומען אין א קאר עקסידענט אין קעשינוב, מאלדאווע, נאכן מנח


כמנהג החתם סופר ותלמידיו: האד' מערלוי רעכט אפ תיקון חצות ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם ליל שישי ערב שבת חזון איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אנגעקומען אין שפיץ פון א עדה חסידים, צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, כמנהגו יעדעס יאר אין די ימי בין המצרים צו זאגן תיקון חצות וואו עס איז געווען נוהג ביי די תלמידי החתם סופר זי"ע, צו קלאגן אויפן חורבן הבית מיט א השתוקקות צום בנין בית השלישי בקרוב בימינו. דער רבי שליט"א האט זיך אראפגעזעצט אויף א נידעריג בענקל, און געזאגט תיקון חצות. דערנאך האט מען געזאגט עטליכע מ


בשורה טובה: האד' מאוזרוב בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א שבח והודאה להשי"ת האבן חסידי אוזרוב אויפגענומען די בשורה טובה, אז כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג ערב שבת באפרייט געווארן פון שפיטאל און האט זיך צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין בני ברק, נאכ'ן ליידן פון א שווערע הארץ-אטאקע דעם פארגאנגענעם אנהייב וואך. דער רבי שליט"א איז במשך די וואך געווען שפיטאליזירט אונטער די אויפזיכט פון די דאקטוירים אין די תל השומר שפיטאל. בחסדי שמים האט זיך דער מצב ביסלעכווייז פארבע


גרויס התעוררות ביומא דהילולא פון הרה"ק רבי אלעזר מריישא זי"ע; סעודת הילולא אין נייעם בנין הכנסת אורחים אין סאקאלאוו
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות איז געפראוועט געווארן די הילולא קדישא של האי צדיק וקדוש פועל ישועות ונפלאות הרה"ק רבי אלעזר מריישא זי"ע, וואס איז אויסגעפאלן פארגאנגענעם וואך, ט"ו לחודש תמוז, און ווי יאר-יערליך איז דערביי פריש נתעורר געווארן זכרו של אותו צדיק פון וועמען עס זענען ליידער נישט געבליבן קיין דורות. מוצאי שבת פאר די הילולא איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת מלוה מלכה באולם הגדול "בנין שמעי'" אין קרית ויואל משה (איחוד) אין מאנטיסעלא, ווא


שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מוויען און אבד"ק שומרי שבת פארגעקומען אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם די וואך האבן די תלמידים אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שעלדרעק זוכה געווען מיטצוהאלטן א שמחה במעון הקודש פונעם מנהיג העדה כ''ק האדמו''ר מוויען שליט''א ביים שמחת הברית פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב ישעי' טירנויער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יצחק אייזיק טירנויער שליט"א אבד"ק שומרי שבת. די זיידע האדמו''ר מוויען איז געווען מוהל. מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די זיידע הגה"


שיינער שמחת האירוסין פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א | בילדער
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת האירוסין לרגל די שידוך שליסן פון החתן א זון פון הגה"צ ר' ברוך האגער שליט"א אבד"ק קהל יראים אשדוד, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, מיט די כלה א טאכטער פון הנגיד הרב פישל בלאך שליט"א פון ירושלים זון פון הרה"ח ר' יונטל בלאך שליט"א נאמן בית אדמור"י ספינקא.


תושבי אנטווערפען מיטגעהאלטן שיינעם באזוך פון האד' מקרעטשניף סיגעט אין שטאט
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה קאהן, מ"א ניימאן תושבי אנטווערפן האבן פאריגע וואך מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-סיגעט שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט אין די שטאט און געפראוועט דעם שבת פ' מטות מסעי בקרב תושבי העיר. דעם רבינס באזוך האט אויפגעברענגט זכרונות נעימים פון די געהויבענע באזוכן און שבתים וואס מ'האט מיטגעהאלטן אין די פריערדיגע יארן פונעם קרעטשניף-סיגוטער רבי'ן זצ"ל בעל רזא דאמונה פון וועמענס הסתלקות מען שטייט נאך אינעם


שאלו שלום ירושלים: האד' מצאנז זוועהיל איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארה"ק
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דורכאויס דעם באזוך פון כ''ק האדמו''ר מצאנז זוועהיל שליט"א אין ארץ ישראל, לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים.דאנערשטאג חוקת בלק האט דער רבי זיך משתטח געווען אויף די ציונים הקדושים אין גליל און מעתיר זיין בבקשות ותחנונים על הכלל ועל הפרט. די דברי התעוררות ביי די ציונים הקדושים, די תהלים בהשתפכות הנפש, און די בקשות ותחנונים איז געווען א חטי


bottom of page
