top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורה טובה: האד' מאוזרוב בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט א שבח והודאה להשי"ת האבן חסידי אוזרוב אויפגענומען די בשורה טובה, אז כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג ערב שבת באפרייט געווארן פון שפיטאל און האט זיך צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין בני ברק, נאכ'ן ליידן פון א שווערע הארץ-אטאקע דעם פארגאנגענעם אנהייב וואך.

דער רבי שליט"א איז במשך די וואך געווען שפיטאליזירט אונטער די אויפזיכט פון די דאקטוירים אין די תל השומר שפיטאל. בחסדי שמים האט זיך דער מצב ביסלעכווייז פארבעסערט, ביז די דאקטוירים האבן באשטעטיגט אז דער רבי קען זיך אהיימקערן און דארט זיך ווייטער ערהוילן.

די תפילות שבת קודש האט דער רבי געדאווענט מיט א מנין מצומצם אין שטוב, און שבת נאכמיטאג צום זמן מנחה איז דער רבי שליט"א, טראץ זיין שוואכקייט, אראפגעקומען אין בית המדרש, וואו די חסידים זענען געווארן שטארק מרוגש צו זען דעם רבי'ן שליט"א ביי די כוחות.

ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א געזאגט תורה, און ארומגערעדט איבער די גרויסע חסדי ה' און די נסים גלויים וואס ער האט זוכה געווען צו דערלעבן. דער רבי האט געשילדערט די השתלשלות הדברים פון די לעצטע טעג, און אפגעגעבן א הארציגע שבח והודאה להשי"ת פאר די גרויסע חסדים.

בחסדי שמים גייט דעם רבינס ערהוילונג פאראויס, כאטש ער איז נאך אלץ שטארק אפגעשוואכט. די חסידים האפן און דאווענען אז דער רבי שליט"א מרן תנחום בנימין בן מרים זאל בקרוב גענצליך קומען צו די כוחות, מתוך בריאות השלימות.






bottom of page