צענדליגער טויזנטער אידן האבן געשטראמט קיין צפת פוקד זיין ציון קוה"ק פונעם אריה"ק זי"ע בימי ההילולא
- 20 ביולי
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה ווייס, אלימלך גרסטל, יוסי לוי,JDN
בדחילו ורחימו האבן רבבות אלפי ישראל געפראוועט דעם הייליגן טאג ה' אב, יומא דהילולא קדישא פונעם רבן ומאורן של כל ישראל מרן האר"י הקדוש זי"ע, באתרא דמר אינעם עיר המקובלים צפת. ווי באוואוסט איז דער ציון הקדוש א תל תלפיות פאר צענדליגער טויזנטער אידן, און בפרט איז עס באקאנט אין אלע דורות אלס מקום סגולה לישועות גדולות, און אידן זעהן דארט אפענע מופתים און ישועות למעלה מדרך הטבע אין זכות פון דעם צדיק וקדוש הדורות זי"ע.
דער מאסיווער שטראם האט זיך שוין אנגעהויבן שבת קודש פרשת דברים - שבת חזון, ערב יומא דהילולא, ווען טויזנטער אידן האבן געוויילט אין עיה"ק צפת סמוך ונראה צום בית החיים העתיק. ערב שבת פארנאכטס האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד ווען גרעסערע קבוצות האבן זיך ארויסגעלאזט מקבל שבת זיין אויפן פעלד סמוך ונראה צום ציון הקדוש, כמקובל איש מפי איש אז דער אר"י הקדוש פלעגט ארויסגיין מיט די תלמידים פראווען קבלת שבת אויף דעם ארט.
די נאדווערנער הויף אין צפת, האט דורכאויס דעם גאנצן שבת געווירבלט מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וואס האבן געשטראמט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א. מוצאי שבת האט דער רבי אפגעראכטן א מלווה מלכה וסעודת הילולא, וואו ער האט ארומגערעדט במשנת האר"י בענין קדושת בית המדרש. אויך דער לעלובער בית המדרש אין צפת איז געווען א תל תלפיות, צוגעגרייט מיט מניני תפילה פאר די מאסן אידן וואס האבן געוויילט אויף שבת אין שטאט.
מערערע חבורות האבן געוויילט אויף שבת אין עיה"ק צפת און עוסק געווען באור תורתו הבהיר פונעם בעל ההילולא, אינצווישן זיי איז געווען די חבריא בראשות המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירט שליט"א, הגאון הגדול רבי ראובן אלבז ראש ישיבת אור החיים וועלכער האט פארברענגט שבת אין צפת מיט א קבוצה תלמידים, און א גרעסערן חבורה פון איבער 150 יונגלייט פון רשת הכוללים יערות דבש, בראשות הגה"צ רבי משה פריש שליט"א, זון פונעם מקובל הגה"צ רבי דניאל פריש זצ"ל בעל מתוק מדבש, וועלכע האבן געפראוועט א שבת התאחדות אין א האטעל אין צפת אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי הכולל, ווען אלס אורח הכבוד האט געדינט המשפיע הרה"צ רבי חיים יצחק קאפ שליט"א ראש ישיבת פרמישלאן.
אויך האט געוויילט אין שטאט הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א מיט א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה. אין ביהמ"ד מתיבתא אין עיה"ק צפת איז מוצאי שבת פארגעקומען א סעודת הילולא בראשות האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, וואס האט זיך נארוואס באזעצט אינעם הייליגן שטאט צפת.
תיכף מוצאי שבת ביים זמן רבנו תם האט זיך אנגעזען דער מאסיווער שטראם ווען צענדליגער טויזנטער אידן האבן אנגעהויבן פוקד זיין דעם ציון הקדוש און מעתיר געווען בתפילה ותחנונים בהאי יומא רבה. בפרט האט מען מתפלל געווען לביטול רוע הגזירת הגיוס, ווען יעדער האט אויסגעשריגן פון טיפן הארצן "אבינו מלכינו קרע רוע גזר דינינו".
היי יאר האבן די עסקנים אויפ'ן ארט ווידעראמאל צוגעשטעלט א גרויסן צודעק העכער דעם ציון הק' צו פארגרינגערן די שווערע היצן ביים מתחם הציון, און עס איז געווען צוגעשטעלט מיני טעימה בהרחבה. גלייכצייטיג איז צוגעשטעלט געווארן דער "דרך מהדרין" וואס איז געבויט געווארן דורכ'ן "וועד להצלת קברי הקדמונים בארה"ק", באזונדער פאר מענער און פאר נשים באזונדער. אין צוגאב זענען גענוצט געווארן די ספעציעלע דורכגענג, העכער די טויזנטער קברים קדושים אויפ'ן בית החיים אין צפת, כדי די טויזנטער משתטחים זאלן נישט דארפן טרעטן אויף די קברים, גייענדיג צום ציון הקדוש.
כחצות הלילה איז פארגעקומען די יערליכע הדלקה בראשות המקובל הגה"צ רבי בניהו שמואלי שליט"א, און באשמורת הבוקר איז אנגעקומען המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט''א מלעלוב וואס האט אפגעראכטן א געהויבענעם מעמד התפילה מיט גרויס התעוררות. פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א אנגעקומען צום ציון, דער רבי איז געשטאנען ביים אריינגאנג צום בית החיים און דארט געזאגט מזמורי תהילים, צוליב דעם אומגעהויערן געדרענג ארום דעם ציון הק'.
כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א האט ווי יאר יערליך געפראוועט דעם יומא דהילולא באתרא דמר וויילנדיג אין צפת אויף אפרוה. מיטאג צייט האט דער רבי פוקד געווען דעם ציון הק'. שפעטער האט דער רבי מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד האי יומא רבה בבית מדרשו אין שטאט מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים ואנשי צפת, וואו עס זענען אפגעראכטן געווארן סיומי מסכתות און מען האט אויפגעגעבן א פליישיגע סעודה כנהוג.
א באזונדערע התרוממות האט געהערשט אינעם הייליגן בית מדרש פונעם אר"י הק' הארט נעבן דעם בית החיים, וואס איז געווען אפן פארן ברייטן ציבור. טויזנטער אידן האבן זיך דארט אויסגעגאסן דאס הארץ צווישן די ווענט וואו דער אריז"ל האט אפגעראכטן עבודתו בקודש בסילודין, און איבערהויפט די כהנים וועלכע האבן נישט געקענט צוגיין צום ציון זעלבסט, האבן דארט מתפלל געווען סמוך ונראה.
נאכמיטאג איז פארגעקומען ביים ציון הקדוש א ספעציעלע מעמד התפילה און תיקונים דורך המקובל הגה"צ רבי ברוך אבוחצירא שליט"א מיט שופרות ותקיעות. אין לויף פונעם טאג האבן זיך אנגעזעהן ביים ציון: כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער האט שפעטער זיך געוואשן צום סעודת הילולא אין שטוב פון אחד מחסידיו אין שטאט, אזוי אויך האדמור"ים מוויזניץ בית שמש, קרעטשניף ירושלים, תורת חכם, זידיטשוב חרדים, מבקשי השם, המקובל הגה"צ רבי אבנר אפג'ין שליט"א, און נאך פילע מקובלים פון אלע שיכטן און קרייזן.


































תגובות